צווילינג-שוועסטערלעך /

אברהם סוצקעווער

 

לאהלע און רחלע זייַנען צווילינג-שוועסטערלעך,

און צווישן זיי איז קייַן שום ענלעכקייַט ניטאָ;

לאהלע איז אַ העלינקע, מיט אויגן ווי בלויע הימעלעך,

רחלע איז שוואַרץ-חנעוודיק מיט אויגן טונקל-בלאָ.

 

בייַ לאהלען און רחלען זייַנען זיי די האָר אין לעקעלעך,

בייַ לאהלען זייַנען זיי בלאָנד בייַ רחלען-גלאַנציק שוואַרץ;

און עס קלינגען זייַערע שטימעלעך אַזוי ווי זילבער-גלעקעלעך

וועלכע מאַכן פריילעך בייַ אַ יעדערן דאָס האַרץ.

 

לאהלע איז ענלעך אויף איר שיינער, בלאָנדער מאַמעשע,

וועלכע געשענקט האָט איר טעכטערל פֿיל צויבערדיקן חן ;

רחלע איז ענלעך אויף איר ברונעטן טאַטעשע,

און בייַ ביידן קענען שפּילן אויף אַ פֿלייט.

 

און ווען ס'קומט אַ יום-טוב אָן אָדער אַ שבתדיקער אָוונט,

איז אין שטוב בייַ זיי אַן אמתער קאָנצערט ,

צוזאָמען מיט די שוועסטערלעך שפּילט פּיאַנע זייַער מאַמעשע,

און דער טאַטע אַ מעלאָדיע שפּילט אויס אויף זייַן קלאַרנעט.

 

זאָלן אויסוואָקסן די שוועסטערלעך געזונטע און געראָטענע,

און עס זאָל זייַן שטענדיק שלום צווישן זיי ;

קיינער וויל ניט גלויבן, אָז זיי זייַנען שוועסטערלעך,

קיינער וויל ניט גלויבן, אָז אַ צווילינג זייַנען זיי.

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407916

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©