"מגילה לידער" - מרדכי הצדיק דער שתדלן
איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936
ר' מרדכי איז מיד. נאָר רק מען קומט:
,,ר' מרדכי, טוטס אַ טובה!
די מלכה אסתר, זאָל זייַן געזוגט,
איז דאָך עפּעם ענקערס אַ קרובה.
די מלכה אסתר, זאָל זייַן געזונט,
זי קען ביים מלך פּועלן,
ער זאָל מבטל מאַכן דעם גזר,
וואָס ר'האָט אַליין באַפוילן.''
ר' מרדכי קרעכצט. אָט שטייען פֿאַר אים
אין די טויזנטער קרעמערס יידן,
זיי זיפֿצען: ,,אַך, טי גאָטעניו,
מען טרייבט אונדז פֿון די ירידן.''
וואָס דאַרף מען מער? דער אַלטער רב
האָט ערשט מיט אים איינגעטענהט:
ס'שיטן זיך גזרות אויף כּל ישראל
און מען ווייסט נישט אפֿילו פֿון וואַנעט.
אין מרחץ שמועסט מען יאַקבי אַז ער,
ווי הייסט ער דאָרט, המן הרשע...
נאָר אַז די מלכה אסתר, זאָל זייַן געזונט,
וועט וועלן – וועט זייַן נישקשה.
ר' מרדכי שמייכלט: די שונאי-ישראל
זיי זענען מיר וואַזשנע חמורים –
דעם כּוח וואָס אסתר פֿאַרמאָגט אין העמד
פֿאַרמאָגן נישט טויזנט גבּורים.
ער שטעלט דעם זייגער. מירצעשעם אין דער פֿרי,
אַז גאָט וועט שענקען דאָס לעבן,
וועט ער גיין צו איר דורך דער הינטערטיר
און וועט איר אַן עצה געבן.
און אסתר – אַ לעבן אויף איר קאָפּ –
זי וועט שוין בייַם פּועלן,
ער זאָל מבטל מאַכן דעם גזר,
וואָס ר'האָט אַליין באַפֿוילן.
ר' מרדכי שלעפּט די שטיוול אַראָפּ
און טוט זיך אַ רגע פֿאַרקלערן
און הערט זיך אַיין, ווי ס'בילן די הינט
אַרויף צו די האַרבסטיקע שטערן.