נוקלעוס

 

ק. צטניק [1909-2001]

 

אויב ס'ברענט אַ פֿייער אויף איין אָרט זיבן יאָר

נאָך אַנאַנד – קריכט פֿון דאָרט אַרויס אַ

באַשעפֿעניש מיטן נאָמען : סאַלאַמאַנדראַ. [פֿון אַן אַלטן מקור]

 

 

 

איך האָב אין זיבן קרעמאַטאָריעס געברענט –

אָן הפֿסק, אָן הפֿסק, אַ המשך-יאָר-זיבן,

די גאַנצע משפּחה אויף איין הויפֿן צוזאַמענגעקליבן,

פֿייער, ברען ! פֿייער, שענד ! פֿייער, פֿאַרלענד !

 

האָט פֿייער געשלונגען דאָס יונגלייב פֿון מייַן שוועסטער,

פֿון מייַן ברודערל נאַקעטע גלידער פֿרעסט ער

פֿייער-צונגען לעקן אַנטבלויזטע פֿיס, הענט,

מייַן קליין ברודערל ברענט ! מייַן טייַערינקע שוועסטער ברענט !

 

דאָס שווייגנדיקע פּנים פֿון מייַן מאַמע –

מיט איר לעצטן בליק צום הימל געווענדט ;

מיט איר לעצטן געדאַנק וועגן די קינדער מיסתּמא ;

האָט געשריפֿה'ט די מאַמע. אַמאַמע ברענט !

 

ווי אַ חסר-דעה האָט דער טאַטע געקעמפֿט מיט פֿייער-צונגען

געדראַפּט זיך אין נאַפֿטגרוב ווי אויף פֿייערווענט –

ביז פֿלאַמען האָבן לעצטן בלוטטראָפּ אַיינגעשלונגען

האָט מייַן טאַטע ווי שפּריצנדיקע הבדלה געפֿלאַקערט, געברענט !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407673

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©