כּבֿוד, געלע לאַטע –

ה. לייויק [ 1888 - 1962 ]

 

איך האָב געהאַלטן אין מייַן האַנט

אַ שטיקל געל געוואַנט –

אַ צעדריבלטן, צעקנייטשטן ווי אַ שמאַטע,

און ס'האָט מיט קרימעניש און גרויל

זיך דורכגעריסן דורך מייַן מויל :

- "אָט דאָס איז זי – די ייִדישע, די געלע לאַטע ! "

 

 

און ס'האָט פֿאַרבייַ מייַן אויג געטאָן אַ בליץ :

פֿון צווישן יעדן קנייטש אַ בלויער שפּיץ –

זעקס בלויען קרומע שפּיצן פֿונעם מגן-דוד ;

און ס'האָט צום האַלדז געטאָן אַ שלאָג,

אַזוי ווי אַ געשטורץ פֿון בלוט, אַ הייסער זאָג :

-   "אָט דאָס איז ער – דער ייִדישער, דער בלויער כּבֿוד."

 

 

און ווי איך האָב מייַן אַנגסט געשטיקט אַזוי –

האָט איבער מיר געיאָגט זיך אַ געשריי,

און ווי אַ שטורעמווינט אַ וואָרף געטאָן מיך נידער ;

און נאָך דעם, דורך דער גאַנצער נאַכט ביז פֿרי,

געשפּירט האָב איך אויף מייַנע הענט אַ ברי,

ווי כ'וואָלט זיך צוגערירט צו לייַב, צו גלידער.

 

אַ כּבֿוד, וואָס די שפּיצן זייַנען קרום ;

אַ כּבֿוד, וואָס די קנייטשן כאַפּן אַרום

די אָרעמס און די פּלייצעס די האָרבאַטע !

אַ כּבֿוד אָנגעזאַפּט ווי אַ שוואָם

מיט חורבן,  קידוש-השם און מיט פּאָגראָם, -

שפּרייט אויס דייַן ליבשאַפֿט אויף דער געלער לאַטע !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407969

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©