אונטער דיַיַנע ווייַסע שטערן 
אברהם סוצקעווער [1913-2010]

 

אונטער דײַנע ווײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן ווײַסע האַנט,
מײַנע ווערטער זײַנען טרערן,
ווילן רוען אין דײַן האַנט.
זע, עס טונקלט זײער פֿינקל
אין מײַן קעלערדיקן בליק,
און איך האָב גאָר ניט קײן ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.

און איך וויל דאָך, גאָט מײַן טרײַער,
דיר פֿאַרטרויען מײַן פֿאַרמעג,
ווײַל עס מאָנט אין מיר אַ פֿײער
און אין פײַער מײַנע טעג.
נאָר אין קעלערן און לעכער
ווײנט די מערדערישע רו,
לויף איך העכער, איבער דעכער
און איך זוך: וווּ ביסטו, וווּ?

        
נעמען יאָגן מיך משונה
טרעפּ און הויפֿן מיט געוווֹי,
הענג איך, – אַ געפלאַצטע סטרונע
און איך זינג צו דיר אַזוי:
אונטער דײַנע ווײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן ווײַסע האַנט,
מײַנע ווערטער זײנען טרערן
ווילן רוען אין דײַן האַנט.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407223

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©