די לערערין מירע

 

- אברהם סוצקעווער [1913 - 2010 ]

 

 

( ווילנער געטאָ, 10טן מייַ 1943)

 

 

 

מיט לאַטעס אויף לייַבער, צעשניטן אין פּאַסן,

מע טרייַבט אונדז אין געטאָ, עס גייען די גאַסן.

די הייַזער באַגלייטן אויף אייביק געזעגנט,

און שטיינערדיק ווערט יעדער גזירה באַגעגנט.

 

אין תּפֿילין ווי קרוינען מאַרשרין די זקנים,

אַ קעלבעלע גייט מיט אַ דאָרפֿייִד אין איינעם.

אַ פֿרוי שלעפּט אַ גוסס פֿאַרקלעמט אין די נעגל,

אַ צווייטער – אַ בינטעלע האָלץ אויף אַ וועגל.

 

און צווישן זיי אַלע – די לערערין מירע.

אַ קינד אויף איר אָרעם – אַ גילדענע לירע.

אַ קינד אויף איר אָרעם, בייַם הענטל – אַ צוויין,

אַרום די תּלמידים, באַגלייטן, באַגלייטן.

 

און קומט מען צו ייִדישער גאַס, איז אַ טויער,

נאָך וואַרעם דאָס האָלץ ווי אַ קערפּער אַ רויטער.

און גלייַך ווי אַ שליוז פֿאַר געטריבענע שטראָרמען,

ער טוט זיך אַן עפֿן, פֿאַרשלינגט אין תּהומען.

 

מע יאָגט איבער חורבֿות אָן ברויט און אָן פֿייַער,

דאָס ברויט איז אַבוך, און דאָס ליכט איז אַ בלייַער.

פֿאַרזאַמלט די קינדער אין חרובֿער דירה,

עס לערנט זיי ווייַטער די לערערין מירע.

 

זי לייענט זיי שלום-עליכעמס אַ מעשׂה,

עס פֿינקלען די קינדער און לאַכן בעת-מעשׂה.

זי פֿלעכט זיי מיט בלאָיִנקע סטענגעס די צעפּלעך

און ציילט איר פֿאַרמעג : הונדערט דרייַסיק די קעפּלעך.

 

צו גלייַך מיט דער זון איז די לערערין מירע

שוין וואַך און זי וואַרט אויף די קינדערלעך אירע.

זיי קומען, זי ציילט. אָ, ניט ציילן זיי בעסער ! –

דורך נאַכט האָט דאָ צוואַנציק פֿאַרשניטן אַ מעסער.

 

איר הויט ווערט אַ שויב אין פֿאַרנאַכטיקע פֿלעקן,

נאָר ס'טאָר זיי ניט מירע די קינדער אַנטפּלעקן.

פֿאַרבייַסט זי אַ ליפּ און מיט גבֿורה באַנייַטער

דערציילט זי פֿון לעקערטן, מונטערט זיי ווייַטער.

 


דורך נאַכט האָט אַ גראָקייט באַצויגן די הייפֿן,

און גראָ ווערט דער לערערינס האָר אויף די שלייפֿן:

זי זוכט אינעם קעלער איר באַמע די בלינדע –

צוזאַמען מיט איר פֿעלן זיבעצן קינדער.

 

ווען זון האָט די בלוטן געטרינק, האָט ממירע

באַהאַנגען מיט גרינס די פֿאַריתומטע דירה:

-         געקומען דער לערער גערשטיין, מע וועט זינגען,

דער כאָר זאָל אַריבער די טוירן קלינגען.

 

שוין קלינגט עס : "ניט-ווייַטער איז דער פֿרילינג". נאָר אונטן

די העק און באַגנעטן צעטרייסלען די גרונטן.

מע שלעפּט פֿאַר די האָר פֿון די קעלערס און לעכער.

"ניט-ווייַט איז דער פֿרילינג" פֿאַרקלינגט אָבער העכער.

 

שוין זעכציק פֿאַרבליבן אָן שוועסטער, אָן מאַמען,

די לערערין מירע איז אַלע צוזאַמען.

ס'איז נאָענט אַ יום-טובֿ, איז טייַבעלעך, קינדער,

אַ פֿאָרשטעלונג דאַרף מען באַווייַזן, געשווינדער !

 

צום יום-טובֿ – ניטאָ מער ווי פֿערציק, נאָר איטלעך –

מיט ווייַסינקן העמדל, מיט ליכטיקע טריטלעך.

די בינע איז פֿריש, מיט אַ זון, מיט אַ גאָרטן,

מע קען אַזע אין טייַכל זיך אויסבאָדן דאָרטן.

 

בייַם לייענען פּרצעס דריטע מתּנה

האָט אונטערגעזעגט דאָס געבייַ די סכּנה.

זיי האָבן געכאַפּט ! און פֿאַרטאָג איז געבליבן

פֿון הונדערט מיט דרייַסיק בלויז מירע און זיבן.

 

אַזוי ביז די האַק האָט צעשפּאָלטן דעם זינען,

איז מירע אַ בלום און די קינדערלעך – בינען.

שוין גראָ איז די בלום און פֿאַוועלקט אירע גלידער,

נאָר מאָרגן אין טוי וועט זי אויפֿליִען ווידער.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433462

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©