שטילער, שטילער / ש. קאַטשערגינסקי

22/01/05

 

טעקסט: ש. קאַטשערגינסקי ;

 מוזיק: אַלעק װאָלקאָװיסקי

 

שטילער, שטילער, לאָמיר שװײַגן,
קבֿרים װאַקסן דאָ.
ס´האָבן זײ פֿאַרפֿלאַנצט די שׂונאים:
גרינען זײ צום בלאָ.
ס´פֿירן װעגן צו פּאָנאַר צו,
ס´פֿירט קײן װעג צוריק,
איז דער טאַטע װוּ פֿאַרשװוּנדן
און מיט אים דאָס גליק.
שטילער, קינד מײַנס, װײן ניט, אוצר,
ס´העלפֿט ניט קײן געװײן,

אנדזער אומגליק װעלן שׂונאים
סײַ װי ניט פֿאַרשטײן.
ס´האָבן ברעגעס אױך די ימען,
ס´האָבן תּפֿיסות אױכעט צאַמען,
נאָר צו אונדזער פּײַן
קײן ביסל שײַן,
קײן ביסל שײַן.
 
פֿרילינג אױפֿן לאַנד געקומען, –
און אונדז האַרבסט געבראַכט.
איז דער טאָג הײַנט פֿון מיט בלומען, –
אונדז זעט נאָר די נאַכט.
גאָלדיקט שױן דער האַרבסא אױף שטאַמען, –
בליט אין אונדז דער צער;
בלײַבט פֿאַריתומט װוּ אַ מאַמע;
ס´קינד גײט אױף פּאָנאַר.
װי די װיליע אַ געשמידטע –
ט´אױך געיאָכט אין פּײַן, –
ציִען קריִעס אײַז דורך ליטע
איצט אין ים אַרײַן.
ס'װערט דער חושך װוּ צערונען,
פֿון דער פֿינצטער לײַכטן זונען –
רײַטער קום געשװינד, –
דיך רופֿט דײַן קינד,
דיך רופֿט דײַן קינד,

 

שטילער, שטילער, ס´קװעלן קװאַלן
אונדז אין האַרץ אַרום,
ביז דער טױער װעט ניט פֿאַלן
זײַן מיר מוזן שטום.
פֿרײ ניט, קינד, זיך, ס´איז דײַן שמײכל
איצט פֿאַר אונדז פֿאַראַט,
זען דעם פֿרילינג זאָל דער שׂונא
װי אין האַרבסט אַ בלאַט.
זאָל דער קװאַל זיך רויִק פֿליסן,
שטילער זײ און האָף...
מיט דער פֿרײַהײט קומט דער טאַטע,
שלאָף זשע, קינד מײַן, שלאָף.
װי די װיליע אַ באַפֿרײַטע,
װי די בײמער גרין-באַנײַטע
לײַכט באַלד פֿרײַהײטס-ליכט
אױף דײַן געזיכט,
אױף דײַן געזיכט

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433462

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©