אליהו הנביא – מאַני לייב 1953-1883

 

 

פֿול זייַנע אויגן מיט ליבשאַפֿט און טרויער,

און אויף די ליפן אַ ליבער,

און אין אַ פעלצל פֿאַרשטעלט ווי אַ פויער –

גייט אליהו דורך אָרעמע שטיבער.

 

האָבן די בליצן געעפֿלאַקערט ווי שלאַנגען,

דונערן האָבן געברומט ווי די לייבן,

איז צו דעם וואַלד אליהו געגאַנגען,

הויך זייַנע הענט צו דעם הימל געהויבן.

 

-         ביימער און חיות און הימלעך און תחומען,

מענטשן און ווערעם געאַכפּערט און הייליק!

זינגט אַ געזאַנג צו זייַן אייביקן נאָמען!

קדוש – אַז הייליק, אַז הייליק!

 

גייט ער אין וואַלד ניט אויף מענטשישע שטעגן.

ברענט דאָרט אַ בוים, פֿון אַ דונער געטראָפֿן

ליגט דאָרט אַ וואָלף. פֿון דעם דונער, ווי רעגן,

לעבעדיק בלוט פֿון זייַן וואונד איז געלאָפֿן.

 

-         ער האָט פֿייער באַשאָפֿן די ביימער,

וואַרעמקייט געבן דער וועלט מיט די קינדער;

ער האָט באַשאַפֿן דעם וואָלף מיט דער שומר

פרואוון די שטילינקע שאָף מיט די רינדער!

 

וועלפֿעלע, וויין ניט, דו בייזינקער פֿעטער!

גלעט ער דעם קראַנקן און שטילט זייַנע וואונדן,

און מיט אַ קרייַטעך און הייליקע בלעטער

האָט ער די אָפֿענע וואונדן פֿאַרבונדן.

 

און פאַרן וואָלף שטייט ער לאַנג נאָך געבויגען.

בענטשט אים און ווינטשט, אַז געזונט זאָל ער ווערן.

און בייַ דעם וואָלף – ניט קיין וועלפֿישע אויגן,

ויי בייַ אַ קינד מיט געלייַטערטע טרערן.

 

און אין אַ פּעלצל, פֿאַרשטעלט ווי אַ פּויער,

און אויף די ליפּן אַ שמייכל אַ ליבער,

פֿון זייַנע אוגן מיט ליבשאַפֿט און טרויער,

גייט אליהו צוריק, צו די שטיבער.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 295301

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©