אַ גוט יום טוב, יידן –
אַ גוט-פּורים זאָג איך.
אַ גוט יום-טוב, מענטשן,
שלח-מנות טראָג איך.
פּורים איז מיר פֿריילעך,
פּורים איז מיר גוט.
לאָמיר אַלע טאַנצן
אַ טאָג מיט אַ מינוט.
המן איז געהאָנגען –
וועלן מיר זיך פֿרייען.
המן-טאַשן עסן
און דעם גראַגער דרייען.