נאָכאַלעמען

 

אַהרון צייטלין

 

פּוסט און וויסט און הויפֿנס מיסט,

שטיינער, ביינער, ציגל.

ס'קינד פֿאַרברענט – און אויפֿן מיסט

וואַלגערט זיך דאָס וויגל.

 

שערבלעך גלאָז און הויפֿנס אַש,

שוואַרצע זוילן פֿוילן.

אַז נישטאָ שוין מער די פֿיס –

ווער באַדאַרף די זוילן ?

 

ליגט אַ האַמער אָן אַ שמיד –

ווי זשע קאָן ער שמידן ?

ווער דאַרף אַ היטל אָן אַ קאָפּ

אַ טלית אָן אַ ייִדן ?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407969

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©