רבקהלע די שבתדיקע
ווערטער : פסייה קפלן ( 1870-1943).
מוזיק :
סופר מלחין, לפני המלחמה היה עורך העיתון היומי "דאָס נייַע לעבן אין ביאַליסטוק". מת בגטו ביאליסטוק ב-1943. מחבר המוסיקה לא ידוע.
רבקהלע די שבתדיקע
אַרבעט אין פֿאַבריק,
דרייט אַ פֿאָדעם צו אַ פֿאָדעם,
פֿלעכט צונויף אַ שטריק.
אוי די געטאָ פֿינצטערע,
דויערט שוין צו לאַנג,
און דאָס האַרץ אַזוי פֿאַרקלעמט,
טוט איר אַזוי באַנג.
איר געטרייַער הערשעלע
איז אַוועק, ניטאָ,
זינט פֿון יענעם שבת אָן,
זינט פֿון יענער שעה.
איז פֿאַרטרויערט רבקהלע,
יאָמערט טאָג און נאַכט,
און אַצינד בייַם רעדעלע,
זיצט זי און זי טראַכט:
ווו איז ער, מייַן ליבינקער,
לעבט ער נאָך כאָטש ווו?
צי איז קאָנצנטראַציע-לאַגער
אַרבעט שווער אָן רו ?
אוי, ווי פֿינצטער איז אים דאָרט,
ביטער איז מיר דאָ –
זינט פֿון יענעם שבת אָן,
זינט פֿון יענער שעה.