טרעבלינקע

 

אין אַ פּוילישער שטאָט, גאַנץ פֿרי פֿאַר טאָג,

הערט מען אַ געשריי, אַ יאָמער, אַ קלאָג :

מענטשן האַלב משוגע, נאַקעט און בלויז :

פּלוצלינג הערט מען : ייִדן, שנעל אַרויס !

 

זאַנדאַרמערן, אוקראַיִנער, פּאָליציי פֿיל,

צו מאָרדן די ייִדן – דאָס איז זייַער ציל :

 זיי מאָרדן און שלאָגן אַ מורא, אַ שרעק,

מען פֿירט די ייִדן צום באַן אַוועק.

באַשרייַבן דאָס קען ניט קיין פֿעדער,

ווי עס דרייען זיך די רעדער.

די וואַגאָנען זייַנען פֿול,

עס פֿאָרן ייִדן אויף קידוש-השם.

קיין טרעבלינקע ! קיין טרעבלינקע !

 

אונדזער ברידער פֿון יענער זייַט ים,

זיי קענען ניט פֿילן אונדזער ביטערן טעם,

זיי קענען ניט וויסן אונדזער ביטערע נויט,

אַז אונדז דערוואַרט יעדע מינוט דער טויט.

 

קוואַלן טרערן וועלן רינען,

ווען מען וועט אַ מאָל געפֿינען,

דעם גרעסטן קבר אין דער וועלט !

דאָרטן רוען ייִדן מיליאַנען פֿיל :

אין טרעבלינקע ! אין טרעבלינקע !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408032

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©