אַ וואָגן שיך

אברהם סוצקעווער [1913 - 2001 ]

 

די רעדער יאָגן, יאָגן,

וואָס ברענגען זיי מיט זיך ?

זיי ברענגען מיר אַ וואָגן

מיט צאַפּעלדיקע שיך.

 

דער וואָגן ווי אַ חופּה

אין אָווענטיקן גלאַנץ :

די שיך – אַ פֿולע קופּע,

ווי מענטשן אין אַ טאַנץ.

 

אַ חתונה ? אַ יום-טוב ?

צי האָט מיך ווער פֿאַרלענדט ?

די שיך – אַזוינע נאָענטע

אויף ס'נייַ איך האָב דערקענט.

 

עס קלאַפּן די אָפּצאַסן :

וווהין, וווהין, וווהין ?

פֿון אַלטע ווילנער גאַסן

מע טרייַבט אונדז קיין בערלין.

 

איך דאַרף נישט פֿרעגן וועמעס,

נאָר ס'טוט אין האַרץ אַ ריס :

אָ, זאָגט מיר, שיך, דעם אמת,

ווו זייַנען זיי, די פֿיס ?

 

די פֿיס פֿון יענע טופֿל

מיט קנעפּלעך ווי טוי –

און דאָ – ווו איז דאָס גופֿל,

און דאָרט ווו איז די פֿרוי ?

 

אין קינדערשיך אין אַלע,

וואָס זע איך נישט קיין קינד ?

וואָס טוט נישט אָן די כּלה

די שיכעלעך אַצינד ?

 

דורך קינדערשיך און שקראַבעס

כ'דערקען מייַן מאַמעס שיך !

זי פֿלעגט זיי בלויז אויף שבת

אַרויפֿציִען אויף זיך.

 

און ס'קלאַפּן די אָפּצאַסן :

וווהין, וווהין, וווהין ?

פֿון אַלטע ווילנער גאַסן

מע טרייַבט אונדז קיין בערלין.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433460

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©