ווען גאָט האָט בַאשאַפֿן די וועלט, האָבן די טעג פֿון דער וואָך זיך צעקריגט,

ווער פֿון זיי עס איז דער שענסטער און ווער עס איז דער וויכטיקסטער.

האָט געזאָגט דער ערשטער טאָג:,,איך בין גרעסער און וויכטיקער פוֿן אייַך אַלע ,

ווייַל מיט מיר צוזאַמען האָט גאָט באַשאַפֿן דעם טאָג און די נאַכט, און ער האָט

אָפּגעטיילט ליכטיק פֿון פֿינצטער. ווען ניט איך, וואָלט נאָך אַלץ געווען וויסט."

האָט דער צוויטער טאָג געזאָגט",,ניין, איך בין וויכטיקער. דעם צוויטן

טאָג האָט גאָט געמאַכט דעם גרויסן בלאָען הימל. ווי וואָלט די וועלט אויס-געזען אָן מיר,

אָ, אָן דעם הימל? "

האָט געזאָגט דער דריטער טאָג : ,,און ווו בין איך? דעם דריטן טאָג איז געוואָרן די ערד,
און גראָז און ביימער האָבן אָנגעהויבן וואַקסן.

בין איך דער שטאַרקסטער און דער וויכטיקסטער ".

דער פֿערטער טאָג האָט אויך ניט געוואָלט נאָכגעבן. אָן אים וואָלטן קיין זון,

קיין לֿבנה און קיין שטערן ניט געווען.

דער פֿינפֿטער טאָג האָט געטענהט, אַַז מיט אים האָט גאָט באַשאַפֿן די פֿייגל און די פֿיש אין ים,

איז ער ניט ווייניקער וויכטיק ווי די אַנדערע.

דער זעקסטער טאָג געזאָגט, אַז מיט אים זייַנען געוואַרן די חיות , און דער עיקר די מענטשן ,

איז ער דער וויכטיקסטער פֿון אַלע.

האַט זיך אַראָפגעלאָזט איבער זיי

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407219

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©