אַ בּייגל פֿאַר אַ גראָשן, אָבער דער גראָשן איז נישטָא.

 * אַ גאַסט אויף אַ ווייַל און זעט אויף אַ מייַל.

*  אַ גאַנץ יאָר שיכור און פּורים ניכטער.

 * אַ גוט וואָרט ברענגט אַגוטן ענטפֿער.

*  אַ גוט וואָרט געפֿינט זיך אַ אָרט.

*  אַ געזונטן גיט מען, און אַ קראַנקן פֿרעגט מען

*  אַ גוטער נאָמען גייט ווייַט, אַ שלעכטער גייט נאָך ווייַטער.

*  אַ געזונט אין זייַן קאָפּ אַרייַן.

*  אַ וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

*   אויב אַלע זאָגן 'שיכור' - לייגט מען זיך שלאָפֿן.

אויב דער נאַר וואָלט נישט געווען מייַן- וואָלט איך אויך געלאַכט.

*   אַז אַן אָרעם מיידל גייט טאַנצן, גייען די כליזמר פישן.

*  אַ זאַטער קען דעם הונגעריקן ניט פֿאַרשטיין.

* אַ חוץ פֿליי אוּן וואַנצן, וואָס קאָן נאָך דאָרטן טאַנצן.

*  אַ חסרון - די כּלה איז צו שיין.

*  אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך.

*  אַ ליגן האָט קורצע פֿיס.

*  אַ מאָל איז אַ מענטש שטאַרקער פֿון אייזן, און אַ מאָל שוואַכער ווי אַ פֿליג.

*  אַ מאַן מיט אַ ווייַב זענען ווי אַן איינס מיט אַ נול.

*   אַ מיסע לאָטע איז בעסער ווי אַ שיינעם לאָך.

*   אַ מלאָכה איז אַ מלוכה.

*   אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.

אַ נאַר וואַקסט אָן רעגן.

*  אַ נגיד [נאָגעד] טראָגט זייַן דרך-ארץ אין קעשענע.

*  אַ סך מלאכות, ווייניק ברכות.

*  אַ פּאַטש פֿאַרגייט, אַ וואָרט באַשטייט.

*  אַ פּיקח ווייסט ווי אַרויסגיין פֿון אַ בלאָטע, אַ חכם גייט באַלד ניט אַרייַן.

און אַ פֿלאָקן אַרייַן און אַ פֿלאָקן אַרויס, און די מעשה לאָסט זיך אויס

*  אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.

*  אַ מענטש קען פֿון זיך ניט אַנטלויפֿן.

אַ קאַץ אַרויס און אַ הונט אַריַין.

אַ קינדס טרער גיט דעם הימל.

*   אַ קלאַפ פֿאַרגייט, אַ וואָרט באַשטייט.

*  אַ קראַנקן ווו מען לייגט טוט עס אים וויי.

*  אַ קראַנקן פֿרעגט מען, אַ געזונטן גיט מען.

*  אַ שטילער וואָרעם און גראָבט טיף.

*  אַ שיין פּנים האָט ער.

*   אַלייַן איז די נשמה ריין.

*   אָדער גאָר אָדער גאָרנישט.

*   אָדער עס העלפֿט ניט, אָדער מ'דאַרף ניט.

*   אויב שוין עסן, זאָל רינען שמאַלץ איבער דער באָרד.

*   אויף אַ פֿרעמדע באָרד איז גוט זיך צו לערנען שערן.

*   אויף אַ שיינעם איז גוט צו קוקן, מיט אַ קלוגן איז גוט צו לעבן.

*   אויף אַ קופּע מיסט געפֿינט מען אויך אַ מאָל אַ פֿינגערל.

*   אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל.

*   אויף דרייַ זאַכן שטייט די וועלט : אויף געלט, געלט און געלט.

*   אַז אַ נאַר וואַרפֿט אַרייַן אַ שטיין אין וואַסער, קענען אים צען קליגע ניט
    אַרויסנעמען.

*   אַז גאָט וויל שיסט אַ בעזעם.

*   אַז דאָס אומגליק דאַרף איינעם טרעפֿן טרעפֿט עס אים אויפֿן גלייַכן וועג.

*   אַז דאָס אומגליק דאַרף איינעם טרעפֿן קומט עס אַרייַן דורך דעם טיר.

*   אַז דאָס מויל איז זאַט, איז דאָס מעל ביטער. 

*   אַז די גנבים שלאָגן זיך, קומט אַרויס די גניבה.

*    אַז מען איז נאָר געזונט, איז מען שוין רייַך.

*   אַז מען איז צו קלוג, ליגט מען אין דר'ערד.

*   אַז מען בריט זיך אָפּ מיט הייסן בלאָזט מען אויפֿן קאַלטן.

*   אַז מען בעט אַ פּאַרך צום מנין, האַלט ער זיך אין גרויסן.

*   אַז מען גיט נעמט מען, אַז מען שלאָגט לויפֿט מען.

*   אַז מען דאַרף דעם גנב, שנייַדט מען אים אָפּ פֿון דער תליה.

*   אַז מען האָט מזל דאַרף מען ניט קיין חכם ניט זייַן.

*   אַז מען האָט ניט אין קאָפּ - האָט מען אין די פֿיס.

*   אַז מען האָט ניט קיין אתרוג דאַרף מען קיין פּושקע נישט האָבן.

*   אַז מען האַקט האָלץ פֿאַלן שפּענער.

*   אַז מען וואַרט, דערוואַרט מען זיך.

*   אַז מען וויינט, ווינט מען אַליין: אַז מען לאַכט, לאַכט די גאַנצע וועלט מיט.

*  אַז מען זאָגט: שיכּור, לייגט מען זיך שלאָפֿן.

*  אַז מען לייגט ניט אַרייַן - נעמט מען ניט אַרויס.

*  אַז מען לעבט - דערלעבט מען.

*  אַז מען עסט דאָס פֿלייש זאָל מען דאָס ניט באַזידלען.

*  אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל רינען איבער דער באָרד.

אַז מען שיקט אַ נאַר אויפןֿ מאַרק, פֿרייען זיך די סוחרים.

*   אַז מען קאָן ניט אַריבער מוז מען אַרונטער.

*   אַז מען קען ניט העלפֿן מיט געלט דאַרף מען העלפֿן מיט אַ קרעכץ.

*   אַז מען שיקט אַ נאַר אויפֿן מאַרק, פֿרייען זיך די קרעמערס.

*  אַזוי ווי איך האָב עס געקויפֿט, אַזוי פֿאַרקויף איך.

*  אַזוי ווי מען איז צו זיבן, אַזוי איז מען צו זיבעציק.

*  אייגנס איז ליב.

איינס געהאַלט און צוויי באַהאַלט.

*  אין אַ פֿאַרמאַכט מויל גייען ניט אַרייַן קיין פֿליגן.

*  אין די אויגן קען מען אַרייַנקוקן, אָבער ניט אין האַרצן.

*  אין יעדער אומגליק איז דאָ אַ גליק.

אַליין איז די נשמה ריין.

*  אַלע אביונים האָבן איין פּנים.

*  אַלע מאָל דאַכט זיך אַז בייַ יענעם לאַכט זיך, ביז מ'מאַכט אויף די טיר, זעט מען
    אַז ס'איז ערגער ווי בייַ מיר.

*  אַלע שוסטערס גייען באָרוועס.

*  אַלץ אין איינעם איז נישטאָ בייַ קיינעם.

*  אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס [ס' 435 באַשעפֿטיקונג]

*  אָרעם איז ניט קיין שאַנד, אָבער ניט קיין גרויסער כּבֿוד אויך.

*  בּושה טוט וויי.

*  בייַ אַ געהאָנגענעם רעדט מען ניט אויף אַ שטריק.

*  בלוט איז ניט קיין וואַסער.

*  בּמקום שאין איש איז אַ הערינג אויך אַ פֿיש.

*  בעסער אַ ביסל אַבי גוטס.

*  בעסער אַ ביסל איידער גאָרנישט.

*  בעסער אַ פּאַטש פֿון אַ חכם, איידער אַ קוש פֿון אַ נאַר.

*  בעסער איין אַלטער פֿרייַנד ווי נייַע צוויי.

*  בעסער דאָס שלעכטע פֿון גוטן, איידער דאָס גוטע פֿון שלעכטן.

*  בעסער דרייַ טעג געזונט איידער איין טאָג קראַנק.

*  בעסער ווייניק אָבער גוט, ווי איידער אַ סך און שלעכט.

*  בעסער פֿרעגן אַ שעה איידער בלאָנדזשען אַ מינוט.

*  גאָט גאָט, פֿאַרזוך מייַן קאָמפּאָט, וועסטו וויסן וואָס פֿאַר אַ טעם עס האָט.

*   גאָט גיט די קעלט נאָך די קליידער.

*  גוטע זאַכן קומען אומגעריכט.

*  גיבסטו - ביסטו.

*  געבענטשט זענען די הענט וואָס טאָן זיך אַליין.

*  געזונט און פּרנסה איז די בעסטע ברכה.

*  געלט איז קייַלעכדיק.

*   געלט גייט אַוועק און אַ הונט בלייבט אַ הונט.

*  געקומען מיט די פּסחדיקע געפֿעס.

*  גראָב ווי אַ פֿאַס, דאַר ווי אַ שטעקן.

*  געשמאַק איז דער פֿיש אויף יענעמס טיש.

*  דאָס אויג דערציילט וואָס דאָס האַרץ מיינט.

דאָס היטל איז גוט, נאָר דער קאָפּ איז צו קליין

*  דאָס עפּלט פֿאַלט ניט ויַיַט פֿון ביימעלע.

*  דאָקטוירים ווייסן אַ קרענק.

*  די אויגן זענען גרעסער פֿון דעם מויל.

*  די אויערן מוזן הערן וואָס דאָס מויל רעדט.

*  די אייער ווילן זייַן קליגער פֿון די הינער.

די אייער לערנען די הינער.

*  די וועלט איז אויך אַ וועלט.

*  די זיכערקייט איז שוין פֿון לאַנג געשטאָרבן.

די ליבע ברענט אַזוי ווי אַ נאַסע שמאַטע.

*   די מלאָכה דאַרף מען קענען און יושר דאַרף מען האָבן.

*   דער מענטש זינדיקט, און דער האָן ווערט די כפרה.

*  די מענטשן זאָגן אַז די צייַט גייט אַריבער, די צייַט זאָגט אַז מענטשן גייען אַריבער.

*  דעם וואָרעם אין כריין מייַנט אַז ס'איז נישטאָ בעסערס.

 *  דעם וועלטס מויל קען מען ניט פֿאַרשפּאַרן.

*  דער בעסטער ליגן איז דער אמת.

*  דער זאַטער פֿאַרשטייט ניט דעם הונגעריקן.

דער חכם קוקט ווי דער נאַר באַגליקט.

*  דער פֿיש שטינקט פֿון קאָפּ.

דער קאָפּ אַרבעט, אָבער דער צונג ליגט אין קימפּעט.

*  דער שכל קומט נאָך די יאָרן.

*  דער שלום-בית ליגט אין דער שיסל.

*  הערן און זען און... שווייַגן.

וואָס גייט נישט מיט קייַען רעדן וועט גיין מיט אַ שטעקן.

*  וואָס טויג מיר די חכמה אַז די נאַרישקייט געלינגט.

*  וואָס לאַכסטו, דער נאַר שטופּט דיך?

*  וואָס מען האָט וויל מען ניט, און וואָס מ'וויל האָט מען ניט.

*  ווו איז תורה דאָרט איז חכמה.

*  ווו מען האָט דיך ליב גיי וויניק, ווו מען האָט דיך פֿייַנט גיי גאָרנישט.

*  ווו מען לייגט דעם קראַנקן איז אים ניט גוט.

*  ווי אַ האָן אין "בני אדם".

*  ווי אַזוי קומט די קאַץ איבערן וואַסער.

*  ווי איינער צו זיבן איז ער צו זיבעציק.

ווי מ'בעט זיך אויס אַזוי שלאָפט מען.

*  ווי לאַנג די אויגן זענען אָפֿן דאַרף מען האָפֿן.

*  ווייניקער עולם - גרעסער די שׂימחה.

*  ווען איז דאָס געשעשפֿט גוט - אַז ביידע זענען צופֿרידן.

ווען דער מענטש טראַכט, גאָט לאַכט.

*  וען דער נאַר וואָלט ניט געווען מייַנער, וואָלט איך אויך געלאַכט.

ווען דער רשע שלאָפט, גוט פאַר דעם רשע און גוט פאַר די וועלט.

*  ווען עס איז דאָ דער גראָשן וועט זיך שוין געפֿינען אַ חתן.

*  ווען פֿרייט זיך אַן אָרעמער ? ווען ער פֿאַרלירט און געפֿינט.

*  ווער עס איז פֿויל האָט ניט אין מויל.

*  ווער ס'האָט טעכטער דעם פֿאַרגייט דאָס געלעכטער.

*  ווער עס וויל, דער קען.

*  ווער עס זיצט אויפֿן וואָגן אויבן אָן, פֿאַלט אויך צום ערשטן אַראָפּ.

ווער עס פֿרעגט, דער בלאָנדזשעט ניט.

ווערטער זאָל מען וועגן, און נישט ציילן.

*  זאָג ניט : "עס איז שלעכט": עס קען זייַן ערגער.

*  זוך ניט דעם נעכטיקן טאָג.

*  זי האָט זיך אַיינגערעדט אַ קינד אין בויך.

זי שרייט אויף די טאָכטער, און מיינט די שנור.

*  זייַ ניט ברוגז, וועסטו ניט זייַן אַליין.

*   זייַ מיר נאָך נישט געזונט, איך פֿאָר נאָך נישט.

*   חכמים בויען, נאַראָנים צעשטערן.

*   טאָמער איז בייַ יידן שוין יאָ אַמאָל אַ סדר, פֿרעגט מען "מה נשתנה".

יעדן איינעם דאַכט זיך אַז בייַם צווייטן לאַכט זיך.

יעדער גאון האָט זייַן שיגעון.

*  יעדער מענטש ווייסט, אַז ער וועט שטאַרבן, אָבער קיינער וויל עס ניט גלייבן.

יעדער שטעקן האט צוויי עקן.

*  כאַפּ ניט די לאָקשן פֿאַר די פֿיש.

*  לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן.

*  לאַנג געטראַרכט און גוט געמאַכט.

*  לייג זיך ניט מיט אַ געזונטן קאָפּ אַרייַן אין אַ קראַנקער בעט.

*  לעב און לאָז לעבן.

*   מאָרגן איז אויך אַ טאָג.

*   מיט אַ גרויסן דאָקטער גייט אַ גרויסער מלאך.

*   מיט חכמה אַליין גייט מען ניט אין מאַרק.

*   מיט קאָפּ אין דער ערד.

*   מען גיט זיך אַ קניפּ אין באַק - אַבּי די פֿאַרב זאָל שטיין.

*   מען דאַרף הייַנט זאָרגן, וואָס עס וועט זייַן מאָרגן.

*   מען דאַרף ניט זייַן שיין, מען דאַרף ניט זייַן קלוג, מ'דאַרף נאָר האָבן אַ גוטן מזל.

*   מען זעט אויף די באַקן ווי די ציינער קנאַקן.

*   מע לעבט זיבעציק יאָר און מע שטאַרבט אַ נאַר

*   מ'עסט ניט מיט קיין צען מיילער.

*   מען קען ניט אַ מענטש, ביז מען האַנדלט ניט מיט אים.

*   מען קען ניט דעם קעצל'ס וויידל ניט צובינדן. 

*   מען רעדט, מען רעדט און מען שושקט זיך.

*   מער געלט מער צרות.

*   מער שוחטים ווי הינער.

*  נאָך אַ יום-טובֿ בלייבט מען מיט דרייַ זאַכן: אַ בייזן האַלדז, אַ ליידיקע קעשענע,
    און אַ פֿולן זאַק מיט ברודיקע וועש.

*  נאָר איין מאָל איז די זון שטיין געבליבן.

*  ניט אַזוי שנעל טוט זיך ווי עס רעדט זיך.

*  ניט געזאָגט איז אויך געזאָגט.

*  נישט געקענט שרייַבן, נישט געקענט לייענען [לעזן], און פֿאָרט אַ מייַסטער 
    געוואָרן [געוועזן].

*  נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן.

*  עס און בענטש און זייַ אַ מענטש.

*  עס איז איינגענעם צו רעדן וועגן געוועזענע צרות.

*  עס איז ניט דאָס דאָרף, עס איז ניט די קרעטשמע.

*  עס גייט מיר קאַפּויער.

"ס'וועט העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.

*  עס וועט טויגן ווי באַנקעס צו אַ טויטן. 

עס טוט זיך בייַ איר, ווי בייַ די קו אין מויל.

עס טוט זיך בייַ איר ווי בייַ די רעביצין אין בעט.

*  עס מאַכט זיך נישט ווי עס רעדט זיך.

*  עס ניט לאָקשן פֿאַר שבת.

*  עס איז בעסער אַ סך דאגות ווי איין דאגה.

*  עס דויערט פֿון תּענית-אסתר ביז פּורים.

*  עס רעדט זיך לייַכטער ווי עס מאַכט זיך.

*  ער איז צו גאָט און צו לייַט.

*  ער האָט אַ קאָפּ אויפֿן קאַרק.

*  ער זעט אויס ווי אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא.

*  ער שרייַבט "נח" מיט זיבן גרייַזן.

*  פֿאַרדריי ניט די יוצרות. 

*  פֿאַר היימישער גנב קען מען זיך ניט היטן.

*  פֿון אַ ביסל מיט אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל.

*   פֿון פֿיל מלאָכות - ווייניק

פֿון אַ חזירס שווענצל קען מען קיין שטרייַמל נישט מאַכן.

*   פֿון גאָט האָט מען מוירא [מורא], פֿון מענטשען מוז מען זיך היטען .

*  פֿרעג ניט דעם דאָקטער, פֿרעג בעסער דעם קראַנקן.

*  פֿרעגן קאָסט קיין געלט ניט.

*  צדקה צו געבן און ליב האָבן קען מען ניט נייטן.

*  צו וואָס דאַרף מען האָניק, אויב צוקער איז זיס

*  צו ווערן אַ רביצין איז לייַכטער ווי צו ווערן אַ רב.

*  צוויי ליכטיקע אויגן.

*  קיינער ווייסט ניט וועמען דער שוך קוועטשט.

*  קיינער זעט ניט זייַן אייגענעם הויקער.

*  קינדער מיט פּרנסה איז די בעסטע ברכה.

קליינע קינדער לאָזן דיך נישט שלאָפֿן; גרויסע קינדער לאָזן דיך נישט לעבן.

*  קליינע קינדער קליינע צרות, גרויסע קינדער גרויסע צרות.

קליינר דער עולם, גרעסר די שמחה.

*  ר' משה מעג, מאָשקע טאָר ניט.

רעדן איז זילבער און שווייגן איז גאָלד.

*  שׂכל און חרטה קומען תּמיד צו שפּעט.

*  שלאָף גיכער, מען דאַרף די קישנס.

*  שלעכט מיט דעם, ערגער אָן דעם.

שמירט אַ נאַר מיט עסיק און מיט האָניק, און ער בלייַבט אַלץ אַ נאַר.

*  שקר באַווייזט זיך ווי בוימל אויף וואַסער

*  תורה איז די בעסטע סחורה


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407731

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©