מייַן משפּחה – מ אָליצקי

 

איך האָב אַ טאַטן מיט אַ מאַמען,

איך האָב אַ שוועסטערל, אַ קליינע.

מיר זייַנען אַלע פֿיר צוזאַמען

אַ משפּחהלע, אַ שיינע.

 

איך האָב אַ פֿעטער מיט אַ מומען.

ער הייסט מאָטל, זי הייסט רוטע.

יום-טובֿ זייַנען זיי געקומען

און געבראַכט מיר זאַכן גוטע.

 

איך האָב אַ באָבע מיט אַ זיידן

אין שיינעם וואָשינגטאָן, די. סי.

איך וועל פֿאַרן צו זיי ביידן

אין אַ שיינעם אין דער פֿרי.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 317554

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©