בייַ דעם שטעטל
ווערטער : זאַלמן רוזנטאַל [1892-1959]
טעקסט און מוזיק געשריבן געוואָרן אין 1925 פֿון מ. קיפּניס
בייַ דעם שטעטל שטייט אַ שטיבל
מיט אַ גרינעם דאַך,
און אַרום דעם שטיבל וואַקסן
ביימעלעך אַ סך.
און דער טאַטע מיט דער מאַמען –
חנהלע מיט מיר,
שוין אַ לאַנגע צייַט אין איינעם
וווינען אַלע פֿיר.
און דער טאַטע האָרעוועט, האָרעוועט
אַלע יאָרן זייַנע,
און ער קויפֿט אונדז, און ער ברענגט אונדז
זאַכן שיינע, פֿיינע.
קויפֿט אַ פֿערדל, וואָס הירזשעט
מיט דעם נאָמען מוציק.
קויפֿט אַ הינטל, וואָס סע האַפֿקעט,
מיט דעם נאָמען צוציק.
קויפֿט אַ גאַנדז מיט אַ ווייַסן האַלדז,
פֿעדערלעך ווייַס ווי שניי,
קויפֿט אַ הון, וואָס קוואָקעט, קוואָקעט
ביז זי לייגט אַן איי.
נעמט די מאַמע אָט די אייער,
אוי, איז דאָס אַ מופֿת:
זעצט זי אויף אויף זיי אַ קוואָקע,
האָבן מיר שיינע עופֿות.