בעלז

טעקסט : יעקוב יעקובס [1892-1972] (  Jacob Jacobs

מוזיק : אלכסנדער אָלשאַנסקי [1892-1946 ] Alexander Olshanetsky)

דערצייל מיר, אַלטער

דערצייל מיר געשווינד,

ווייַל איך וויל וויסן

אַלעס אַצינד:

ווי זעט אויס דאָס שטיבל,

וואָס האָט אַ מאָל געגלאַנצט,

צי בליט נאָך דאָס ביימעלע,

וואָס איך האָב פֿאַרפֿלאַנצט?

 

-                    דאָס שטיבל איז אַלט,

פֿאַרוואָקסן מיט מאָך און גראָז,

דער אַלטער דאַך צעפֿאַלט,

דער פענצטער אָן אַ גלאָז,

דער גאַניק איז קרום,

צעבויגן די ווענט,

דו וואָלטסט דאָס שוין מער

גאָרניט דערקענט.

 

רעפֿריין:

בעלז – מייַן שטעטעלע בעלז,

מייַן היימעלע, ווו איך האָב

מייַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט.

זייַט איר אַ מאָל געווען אין...

בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,

אין אָרעמען שטיבעלע

מיט אַלע קינדערלעך דאָרט געלאַכט.

 

יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן

דאָרט מיט דער תּחינה גלייַך,

צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,

לייענען בייַ דעם טייַך.

 

בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,

מייַן היימעלע ווו כ'האָב געהאַט

די שיינע חלומות אַ סך.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407278

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©