וויגליד
ווערטער : רחל בוימוואָל [1914-
ווען כ'וואָלט מייַן דערוואַקסענעם זון געקענט,
אַזוי ווי קינדווייַז, פֿאַרוויגן,
וואָלט איך אים צודעקן מיט די הענט
און זינגען שטיל מיט אַ ניגון :
- אונטערן בעט – דייַנע לאַנגע שיך,
אויפֿן הענגער – דייַן גרויס היטל ...
דו ווייסט דען, וואָס הייסט ליב האָבן דיך !
דערקלערן עס כ'האָב ניט קיין מיטל.
די שיך און דייַן היטל ווייסן פֿון דיר
אַ סך איצט מער, ווי דייַן מאַמע,-
דו נעמסט זיי מיט זיך אויף יעדן שפּאַציר,
און מיט מיר ביסטו זעלטן צוזאַמען.
פֿאַרדריסט מיך. ווי קען עס דען ניט פֿאַרדריסן,
נו זאָג שוין אַליין, מייַן שווייַגער !
דאָס, וואָס אַ מאַמע וויל אַלצדינג וויסן,
איז ליבשאַפֿט, און ניט קיין נייַגער.
אַ מאַמע איז פּונקט ווי אַ קינד : זי קוועלט –
גענוג איר אַ וואָרט פֿאַרוואַפֿן.
איך דאַרף ניט האָבן קיין זאַך אין דער וועלט –
איך דאַרף נאָר, אַז דו זאָלסט מיף דאַרפֿן.
מייַן גרויס קינד אין דעם גרויסן בעט,-
שלאָף ! עס זינגט דיר אַ ניגון
דייַן קליינע מאַמע. עס איז שוין שפּעט,
נאָר קיינער קומט זי ניט וויגן...