אַ ביימעלע
ווערטער : רחל בוימוואָל [1914- ?]
אַ ביימעלע איז ניט קיין קליינער בוים, -
אַזאַ, וואָס ווינציק אָרט פֿאַרנעמט אין רוים.
אַ ביימעלע איז גאָר אַן אַנדער זאַך,-
עס האָט אים אַנדערש גאָר די ערד פֿאַרטראַכט,
איך האָב פֿון קינדווייַז אָן נאָך פֿאַרגעדענקט :
אַ ביימעלע איז פֿריילעך, און אַ בוים איז שטרענג.
אַ וואָלקנדל איז ניט קיין וואָלקן, וואָס איז קליין.
אַ וואָלקנדל האָט גאָר אַן אַנדער חן :
אַ זילבער-ליכטיקס, די גרייס – אַ שפּאַן, -
אין סאַמע העלסטע טעג איז עס פֿאַראַן.