דעם מלכס סעודה : "מגילה לידער"
איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]
זאָגט דער מלך שיכּור,
די אויגן פֿול מיט טרערן:
,,די מלכה ושתי שיינט
ווי דער ליכטיקער מאָרגנשטערן.
צוויי צעפּ ביז די קני
און אַ לייב, ווייס ווי שניי,
און אויגענעס אַ פּאָר,
כאָטש גיי אויס נאָך זיי.''
שמייכלט המן כיטרע:
,,פֿאָטער קיניג דו מייַן,
לאָז די מלכה קומען
אַ נאַקעטע צו גיין.
וועלן די אַלע שררות,
די הויכגעשטעלטע פּאַרשוינען,
זען איר שאָנהייט
און גאַפֿן און שטוינען.''
זאָגט דער מלך שיכּור:
,,און דאָס איז מייַן באַגער,
די מלכה זאָל תיכף קומען
אַ נאַקעטע אַהער!''
לויפֿן די שטאַפּעטן
און קומען צוריק צו גיין:
,,דער מלכה ושתי
טוען וויי די ציין.''
שמייכלט המן כיטרע:
,,אדוני קיניג, ניין,
ס'אַ תירוץ פֿאַר די בענטשליכט
די מעשה מיט די ציין.''
זאָגט דער מלך שיכּור:
,,טאָ זאָל מען זי ברענגען!
אַז נישט וועט מען זי
אי שיסן אי הענגען.''
לויפֿן די שטאַפּעטן
און קומען באַלד ווידער,
מיט קלאַפּנדיקע ציין
און ציטערנדיקע גלידער.
,,די מלכה האָט פֿאַרריגלט
אויף זיבן ריגלען די טיר
און דורך אַ שפּאַרונע
באַפֿוילן צו דיר:
דער מלך איז אַ שיכּור
און דערצו אַ שוטה,
ער טוט זיך בלויז בלאַמירן
פֿאַר אַלע פֿרעמדע לויטע...''
זאָגט איין שר צום צווייטן:
,,ס'איז שוין צייט צו גיין,
מיין אַלטע קער שוין וואָרטשען,
זי ליגט אין בעט אַליין.''
אַ דריטער נעמט דעם זייגער
פֿון וועסטלטאַש אַרויס.
טוען אַלע אָן די צילינדערס
און שאַרן זיך שטיל אַרויס...