רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
*
דו זיצסט בייַם זייַט און זעסט און לייענסט
די קליינע אותיותלעך אויף ייִדיש,
ווי עס פֿאַרשרייַבן מייַנע הענט
און איך דערהער דייַן בליק,
אַז בלויז אין ייִדיש
ווערן מייַנע אותיות ניט פֿאַרברענט.
"לידער" לכּבֿוד איך און דו", - "די דרייַצנטע שעה", ז' 167,צווייטער באַנד, 2006