פּורים אין שטאָט
רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
אין סאַמע געאייַל פֿון די רעדער
צוויי פֿערד אין אַ וואָגן געשפּאַנט,
מיט אַ בלוי-ווייַסער פֿאָן און פֿעדער
אין וועג וווּ עס יאָגט זיך אַ לאַנד.
איין פֿערד איז שוואַרץ, דאָס אַנדערע ווייַס, אַלטע פֿערד,
פֿאַרפּוצטע מיט רויטע קאַסקעטן
אַרויס ווי פֿון אונטער דער ערד,
און מען יאָגט ווי ווילדע געוועטן.
ס'האָבן אויטאָס געברומט און געבילט,
עס שטייט אַ פֿירפֿיסיקע שטאָט
און די פֿערד, ווי אויף פּורים-געשפּיל
פֿאַרבויגן גראַציעז, טראָט בייַ טראָט.
אין סאַמע געאייַל פֿון די רעדער
צוויי פֿערד אין אַ וואָגן געשפּאַנט,
מיט אַ בלוי-ווייַסער פֿאָן און פֿעדער
מאַכט קלאָר אַ פֿאַרטומלטע לאַנד.
"לידער" לכּבֿוד איך און דו", - "אויף אַ סטרונע פֿון רעגן", ז' 253, צווייטער באַנד, 2006