יאַנקעס חתונה

 

משה קולבאַק [Moyshe Kulbak 1896-1940 ]

 

אין אַ גרויסן דאָרף, פֿריילעך איז אַצינד,

חתונה איז הייַנט בייַ יאַנקעס אַ קינד.

טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,

חתונה איז הייַנט בייַ יאַנקעס אַ קינד.

 

אויף אַ גרויסן טיש שטייען פֿלעשער ווייַן,

יאַנקע, דער מחותּן, גיסט אין האַלדז אַרייַן.

טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,

יאַנקע, דער מחותּן, גיסט אין האַלדז אַרייַן.

 

 

אין אַ לייַוונט קלייד, די כּלה אויסגעצירט:

דעם חתנס נייַע שטיוול מיט זשעגעכץ אויסגעשמירט.

טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,

דעם חתנס נייַע שטיוול מיט זשעגעכץ אויסגעשמירט.

 

 

שטייט אַן אַלטער גוי אָנגעשפּאַרט אין וואַנט,

אַ האַרמאָשקע האַלט ער – ער איז דער מוזיקאַנט.

טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,

אַ האַרמאָשקע האַלט ער – ער איז דער מוזיקאַנט.

 

ס'איז ניטאָ קיין שטולן, שטייט מען בייַ די ווענט:

נישטאָ קיין לעפֿל, גאָפּל, - עסט מען מיט די הענט.

טראַ-לאַ-לאַ-לאַ, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ,

נישטאָ קיין לעפֿל, גאָפּל, - עסט מען מיט די הענט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433461

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©