איציק האָט חתונה געהאַט
פֿאָלק-ליד
רעפֿריין:
אוי, לאָמיר זיך צעקושן,
די מאַמע מעג שוין וויסן,
אַז איציק האָט שוין חתונה געהאַט.
אוי, איציק האָט שוין חתונה געהאַט!
אוי, איציק האָט שוין חתונה געהאַט!
אוי, איציק איז אַ חתן,
אין טאַש ניטאָ קיין גראָשן,
איציק האָט שוין חתונה געהאַט!
קיין ברויט, קיין פֿלייש, קיין חלה,
אַן אויסגעווייקטע כּלה,
איציק האָט שוין חתונה געהאַט!
עס האָט אים קיינער ניט גענויט,
ער האָט זיך אַליין געמאַכט דעם טויט,
איציק האָט שוין חתונה געהאַט!