יידן
לויט יצחק קאַצענעלסאָן
איינס און צוויי, און דרייַ און פֿיר,
וואָס מיר זייַנען – זיינען מיר,
אָבער יִידן זייַנען מיר!
איינס און צוויי און דרייַ און פֿיר.
פֿינף און זעקס און זיבן, אָכט,
ניט געזאָרגט און נאָר געלאָכט!
שטענדיק פֿריילעך, נאָר געלאָכט-
פינף און זעקס, און זיבן, אָכט.
נייַן און צען, און עלף, און צוועלף,
יִיד, דעם יִידן שטענדיק העלף!
טו אים גוטס, דייַן ברודער העלף!
נייַן און צען, און עלף, און צוועלף.
* פֿון "יידישע קינדער" (ב). זלמן יעפֿרויקין / יודל מָאָרק.אַרויסגעגעבן פֿון בילדונגס-אָפּטיילונג אַרבעטער-רינג. ניו יאָרק, 1961.