ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" - "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען[1] קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט[2] די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען[3], וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן[4] 70 נפֿשות.

ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט[5] אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט[6] די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט. מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער: דער פּרעה האָט באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען[7] צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך. די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט[8] די גזירה, און האָבן געהאָלפֿן די מאַמעס אויסבאַהאַלטן זייערע קינדער.

פּרעהס טאָכטער האָט געראַטעוועט פֿונעם טײַך ניל דאָס ייִנגל, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים נישט געקאָנט[9] אויסבאַהאַלטן, און געשיקט איבערן טײַך אין אַ ראָר־קוישל. די פּרינצעסין האָט אָנגערופֿן דאָס קינד משה.

ווען דאָס ייִנגל דער קומענדיקער אויסלייזער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק - איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער זיך באַוויזן פֿאַר אים אין אַ ברענענדיקן קוסט[10], און געהייסן צו פֿאָדערן בײַ פּרעה צו באַפֿרײַען די ייִדן. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט, אַז טאָמער די ייִדן וועלן פֿרעגן משהן, ווי אַזוי הייסט ג-ט, וועלכער האָט אים געשיקט, זאָל ער זיי ענטפֿערן: "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" - "איך בין וואָס איך בין". אָדער פּשוט "א־ה־י־ה" - "אין בין". הגם, לויטן דיקדוק, שטייט דאָס וואָרט אין דער קומענדיקער צײַט, מיינט אַזאַ ווערב אין דער תּנ״כישער שפּראַך אויך דער אייביקע וועזן[11], וואָס נעמט אַרײַן סײַ דעם עבֿר, סײַ דעם הײַנט, סײַ די צוקונפֿט.

שפריכווערטער
קומען אויפֿן געדאַנק = עלה במחשבתו, בלבו.

קומען צו די כוחות = קומען צו זיך = התאושש, התחזק.

צעשפּרייט און צעוואָרפֿן אויף אַ שאַנד און אויף שפּאָט = מפוזרים ומפורדים, לקלס ולחרפה, למשל ולשנינה.

1.     אָנקומען ( אָנגעקומען ) : וו / איז = לבוא להגיע.

2.     פֿאָרקומען (פֿאָרגעקומען ) : וו / איז  = התרחש. (דער פֿאָרקום ) = התרחשות.

3.     איבערציילן (איבערגעציילט ) : וו  = לספור, למנות.  דער ציילער (ציילערס)  = מונה, סופר.

4.     אָפּשטאַמלינג (אָפּשטאַמלינגען) : דער = צאצא, יוצא חלציים.

5.     באַטרעפֿן  = עָלה, הסתכם, הגע לְ- .

6.     באַטרעף = ערך, עלות, סכום, הסתכמות.

7.     סומירן = לסכם.

8.      מאכט (מאכטן) : די  = שלטון, שליטה, רשות.

9.     פֿאַרשקלאַפֿן = שעבד, כבש לעבד. פֿאַרשקלאַפֿונג = שעבוד עבדות. שקלאף (שקלאַפֿן) : דער = עבד.

10. הייבאַם : די  = מילדת.  הייבאַמען: די  = מילדות.

11.  איגנאָרירן (איגנאָרירט ) : וו = להסתיר.

12.  געקאָנט > ( קאָנען ) : וו = יכול.

13. קוסט (קוסטן) : דער = שיח, סנה.

14. וועזן (וועזנס) : דער = מהות, ישות.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408470

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©