אַ ליד

 

פֿונעם שיינעם וואָרצל אַרויס,

איז אַ שיינער בוים אַרויס.

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 

פֿונעם שיינעם בוים אַרויס,

איז אַ  שיינער צווייַג אַרויס.

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

  

פֿונעם שיינעם צווייַג אַרויס,

איז אַ שיינער נעסט אַרויס.

נעסט פֿונעם צווייַג,

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 

פֿון דעם שיינעם נעסט אַרויס,

איז אַ שיינער פֿויגל אַרויס.

פֿויגל פֿונעם נעסט,

נעסט פֿונעם צווייַג,

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 

פֿון דעם שיינעם פֿויגל אַרויס,

איז אַ שיינער פֿעדער אַרויס.

פֿעדער פֿונעם פֿויגל,

פֿויגל פֿונעם נעסט

נעסט פֿונעם צווייַג,

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 


פֿון דער שיינער פֿעדער אַרויס,

איז אַ שיינער קישן אַרויס.

קישן פֿון דער פֿעדער,

פֿעדער פֿונעם פֿויגל,

פֿויגל פֿונעם נעסט

נעסט פֿונעם צווייַג,

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 

פֿון דעם שיינעם קישן אַרויס,

איז אַ שיינער חלום אַרויס.

חלום פֿונעם קישן,

קישן פֿון דער פֿעדער,

פֿעדער פֿונעם פֿויגל,

פֿויגל פֿונעם נעסט

נעסט פֿונעם צווייַג,

צווייַג פֿונעם בוים,

בוים פֿונעם וואָרצל,

וואָרצל פֿון דער ערד,

זינט גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד.

 

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433465

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©