חד-גדיא

ה. לייוויק [ 1888 - 1962 ] פֿון דעם בוך ,, אַ בלאַט אויף אַן עפּל-בוים"

 

חד-גדיא – דאָס שניי ווייסע ציגעלע,

וואָס טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדן –

שטייט אַלץ נאָך און היט דעם קינדס וויגעלע

און זינגט אַלץ אַ ניגון אַ מילדן.

 

זינג, זינג! אין אַ לאַנד אַ ניטאָיקן,

אין אַ העק וואָס גערופֿן זיך שטעטל,

וויגט ציגעלע מיט אַ פֿוס מיט אַ טלאָיקן

דאָס וויגעלע פֿון שטריקל און ברעטל.

 

דאָס קינד איז ניטאָ אינעם וויגעלע –

אַ חוץ נאָר אַן אָנוואונק פֿון זאַכן:

אַ שטרייעלע און עפּעס אַ שפּיגעלע

וואָס קאָן אַן אויג לאַכעדיק מאַכן.

 

אַרום – אַ צעשטאָרבענע ליידיקייט

נאָר ס'ציגעלע ווייס ניט פֿון שטאַרבן –

עס פֿילט אָן מיט ליכט און מיט פֿריידיקייט

דעם שפּיגעלעס בראָכיקע קאַרבן.

 

עס וויגט זיך אין ניגון דאָס ציגעלע

און קאָן זיך מיט דעם ניט צעשיידן,

עס זעט זיך אַליין אינעם שפּיגעלע

און קוועלט אין ניטאָיקע פֿריידן.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408050

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©