ליל שמורים
יהואש
שוין פֿאַרזוכט פֿון אַלע כּוסות,
האָט דער נביֿיא אליהן,
שטילע רו-מלאכים פֿליען,
פֿון די הימלען פֿון די בלאָע...
טראָגן זיך פֿון הויז צו הייַזל,
שוועבן אום אויף אַלע דעכער,
גנבֿען זיך אַרייַן אין פֿענצטער,
קריכן דורך די שליסל-לעכער...
בענטשן איטלעכנס געלעגער,
קושן יעטוועדן באַזונדער,
שושקען יעדן אין זייַן שלומער,
זיסע טרוימען, הימל-וואונדער.
הייליק איז דאָס קליינע געסל,
ס'טאָר קיין בייז אים ניט פּאַסירן,
שניי געפֿליגלטע מלאכים
שטייען וועכטער בייַ די טירן.