גוט יום-טוב אייַך, קינדער - ש. צעסלער
אַ גוט-יום-טוב אייַך, קינדער
מיר קומען פֿאַרשטעלט:
אַ דריידל, אַ ליכטל,
און חנוכּה-געלט.
איך בין אַ דריידל,
כ'פֿאַרשפּיל און געווין,
מיט נון און מיט גימל,
מיט הא און מיט שין.
איך בין אַ ליכטל,
געצונדן, צעהעלט,
באַלייַכט איך די ייִדן
די פֿינצטערע וועלט.
כ'בין חנוכּה-געלט,
הייב אָן קלייַבן פֿון הייַנט
פֿאַר נוצלעכע זאַכן,
פֿאַר אָרעמע פֿרייַנד.