צינד אָן די ליכט

 

ש. פֿרוג

 

 

צינד א די ליכט פֿון עק ביז עק,

באַקראַנץ דעם טיש מיט פֿרישע בלומען,

דרייַ שענסטע רויזן – העל און פֿיין –

קלייַב אויס, מייַן קינד, און שטעק אַרייַן

אין מרור, כּרפס און חרוסת.

 

און מיט דעם ריינסטן, בעסטן ווייַן

גיס אָן פֿול די כּוסות.

מיט פֿרייד און ליבע אָן אַ מאָס,

מיט הייסן גלויבן, טיפֿער טרייַהייט,

הייב אויף, מייַן קינד, דעם ערשטן כּוס

פֿאַר אונדזער אַלטער, זיסער פֿרייַהייט !


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 295301

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©