אליהו
אליהוס כּוס דער שיינער
שטייט שוין פֿול מיט ווייַן,
באַלד וועט אליהו קומען,
באַלד וועט ער אַרייַן.
ווייַל צום סדר קומט ער בענטשן
יעדן יידנס הויז.
און פֿאַר אים דעם כּוס דעם שענסטן
קלייַבט מען שטענדיק אויס.