אַ גרויסער יום-טובֿ
ס'איז אַ גרויסער יום-טובֿ
און אַ גרויסע פֿרייד.
ס'איז די נאַכט פֿון סדר –
אַלץ איז צוגעגרייט:
מצה, ווייַן, חרוסת,
און אויך פֿלייש און פֿיש.
ס'הייבט זיך אָן דער סדר –
לאָמיר גיין צום טיש.