אליהו הנבֿיא / שלום עליכם

 

א.

 

ניט גוט צו זייַן אַ בן-יחיד. דאָ – ניט שטיי, דאָרט – ניט גיי, דאָס ניט עס, דאָס – ניט טרינק, דעם קאָפּ

דעק צו, דעם האַלדז – פֿאַרבינד, די הענט – באַהאַלט, די נאָז – שנייַץ אויס.

אַך, ניט גוט, ניט גוט צו זייַן אַ בן-יחיד. און נאָך אַ נגידס יינגל צערצו.

עס קומט פּסח. קליידער האָט מען מיר געמאַכט ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ נגידס יינגל. וואָס האָב איך דערפֿון ?

אַז איך טאָר ניט אַרומשפּרינגען אין דרויסן – איך וועל זיך פֿאַקילן. איך טאָר ניט אַרומלויפֿן מיט אַלע קינדער – איך בין אַ נגידס אַ יינגל. אַזעלכע שיינע קליידער – ניטאָ וועמען צו באַרימען זיך. אַ פֿולע קעשענע מיט ניס – ניטאָ מיט וועמען צו שפּילן.

 

ניט גוט צו זייַן אַ בן-יחיד, און נאָך אַ נגידס יינגל דערצו.

דער טאַטע איז אַוועק אין שול דאַווענען, זאָגט צו מיר די מאַמע : -,,ווייסטו וואָס ?

לייג זיך צו, שלאָף זיך אויס, וועסטו קענען זיצן בייַם סדר, וועסטו פֿרעגן דעם טאַטן די פֿיר קשיות".

משוגע בין איך? פֿאַרן סדר וועל איך גיין שלאָפֿן !

,,געדענק זשע, פּסח צום סדר טאָר מען ניט שלאָפֿן. וואָרעם טאָמער, חלילה, ווערסטו אַנטשלאָפֿן בייַם סדר, אַזוי קומט אליהו הנבֿיא מיט אַ זאַק אויף די פּלייצעס און קוקט: ווער עס שלאָפֿט בייַם סדר, דעם נעמט ער צו אין זאַק אַרייַן"...

כאַ-כאַ. איך וועל אַטשלאָפֿן ווערן בייַם סדר? איך ? און אַז מע זאָל זיצן אַ גאַנצע נאַכט ? און אפֿילו ביזן

ווייַסן טאָג אַרייַן ? ווי אַ זוי איז געווען, מאַמע, פֿאַראַיאָרן ? ,, פֿאַראַיאָרן ביסטו אַנטשלאָפֿן געוואָרן באַלד נאָך דעם קידוש".

-,,פֿאַרוואָס זשע איז ניט געקומען צו מיר דעמאָלט אליהו הנבֿיא מיטן זאַק?"....

,,דעמאָלט ביסטו נאָך געווען אַ קליינינקער, הייַנט ביסטו אַ גרויסער, הייַנט דאַרפֿסטו זאָגן מיטן טאַטן די הגדה, הייַנט דאַרפֿסטו עסן מיט אונדז פֿיש און יויך און קליידלעך.. שאַ, אָט גייט דער טאַטע פֿון שול !"

-,, גוט יום-טובֿ!"

-,, גוט יום-טובֿ !"

דאַנקען גאָט, דער טאַטע האָט געמאַכט קידוש, איך אויך. דער טאַטע האָט אויסגעטרונקען דעם ערשטן כּוס, איך אויך. און דווקא אַ פֿולן כּוס. ,,זע נאָר, אַ פֿולן כּוס!"

-         זאָגט די מאַמע צום טאַטן. און מיר זאָגט זי : - אַ פֿולן בעכער מיט ווייַן ? וועסטו אַנטשלאָפֿן ווערן"

... כאַ-כאַ ! איך וועל אַנטשלאָפֿן ווערן ? איך ? און אַז מע זאָל זיצן אַ גאַנצע נאַכט, אפֿילו און אפֿילו ביזן

ווייַסן טאָג אַרייַן ? אַנו, פֿרעגט דעם טאַטן, ווי אַזוי האָב איך געפֿרעגט די פֿיר קשיות ! ווי אַזוי איך זאָג די הגדה ! און די מאַמע לאָזט ניט אַראָפּ קיין אויג פֿון מיר און שמייכלט און זאָגט צו מיר : - וועסט אַנטשלאָפֿן ווערן"...עך, מאַמע, מאַמע ! מיר דאַכט זיך, מע זאָל זייַן מיט אַכצן קעפּ, קען מען פֿון דעם אַלייַן אַנטשלאָפֿן ווערן ! אַנו, לאָז מען זיך זעצן אייַך אַנטקעגן און זינגען אייַך אין אויער : -,, אַנטשלאָפֿן ווערן, אַנטשלאָפֿן ווערן".

פֿאַרשטייט זיך אַז איך בין אַנטשלאָפֿן געוואָרן...

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 295302

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©