עקזעקוציע / אַבֿרהם סוצקעווער

 ( 1913- 2010)

 

[I]         גראָב איך אַ גרוב ווי מען דאַרף, ווי מען הייסט!

            זוך איך  בעת-מעשׂה אין דר'ערד אויך אַ טרייסט.

 

[II]        אַ גראָב און אַ שניט, און אַ ווערעמל קליין

            נעמט צאַפּלען פֿון אונטן – דאָס האַרץ קען צעגיין.

 

[III]        צעשנייַדט אים מייַן רידל, און ווונדער דערבייַ:

צעשניטערהייט ווערן צוויי, ווערן דרייַ:

 

[IV]         און ווייַטער אַ שניט, ווערן דרייַ, ווערן פֿיר:

און אַלע די לעבנס באַשאַפֿן דורך מיר?

 

[V]           קומט ווידער די זון אין מייַן טונקל געמיט

און אַ גלויבן נעמט שטאַרקן מייַן אָרעם:

 

[VI]         אויב אַ ווערעמל גיט אונטער דעם שניט,

ביסטו ווינציקער דען פֿון אַ וואָרעם?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433470

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©