שלח-מנות
מוזיק : י. ענגעל [J.Engel ]
אייגלעך – בליץ, און בעקלעך – פֿלאַם,
דאָס היטל אויף אַ זייַט,
לויפֿט קליין משהלע אַהיים
יום-טובדיק פֿאַרשמייַט.
ער האָט שלח-מנות אייַנגעקויפֿט:
צוויי צוקערלעך מיט בערד,
טייַבעלעך מיט פֿעדערלעך,
אַ פֿישל און אַ פֿערד.
גוט-פּורים, גוט-פּורים, גוט-פּורים,
גוט-פּורים, גוט-פּורים, גוט-פּורים !
די טיר אויפֿגעמאַכט :
- אַ גוט-פּורים, משהלע,
שלח-מנות דיר געבראַכט !
- חיימל, מייַן חבֿרל,
איך האָב אַ פֿיש פֿאַר דיר
כ'גיב דיר אויך פֿייגעלעך,
נאָר ס'פֿערדל לאָז איך מיר !
גוט-פּורים, גוט-פּורים, גוט-פּורים!
גוט-פּורים, גוט-פּורים, גוט-פּורים !
פּלוצלינג – ערשט מייַן חיימל
טעקסט: מ. ראָזענפֿעלד [Rosenfeld]