אַ בריוועלע דער מאַמען
ש. שמואלעוויץ S. Shmulewitz [1868-1943]
מייַן קינד, מייַן טרייסט, דו פֿאָרסט אַוועק,
זע, זייַ אַ זון אַ גוטער,
דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק
דייַן טרייַע ליבע מוטער.
דו פֿאָרסט, מייַן קינד, מייַן איינציק קינד,
אַריבער ווייַטע ימען :
אַך קום אַהין נאָר פֿריש געזונט
און ניט פֿאַרגעס דייַן מאַמען.
יאָ ! פֿאָר געזונט און קום מיט גליק,
זע יעדע וואָך אַ ברייול שיק,
דייַן מאַמעס האַרץ, מייַן קינד, דערקוויק.
אַ בריוועלע דער מאַמען
זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען,
שרייַב געשווינד, ליבעס קינד,
שענק איר נחמה.
די מאַמע וועט דייַן בריוועלע לעזן
און זי וועט גענעזן,
היילסט איר שמאַרץ, איר ביטער האַרץ,
דערקוויקסט איר נשמה.