דער יום-טובֿ שבועות / נ. פרוכטער

 

     אַלע ייִדישע יום-טובֿים טראָגן אַ ייִדישן נאַציאָנאַלן און רעליגיעזן כאַראַקטער. אויך דער יום-טובֿ שבועות איז איינער פֿון זיי. דאָס וואָרט שבועות מיינט וואָכן. דער דאָזיקער יום-טובֿ ווערט באַצייכנט אונטער פֿאַשיידענע אויסדריקן, ווי ,,זמן מתן תורתנו", אין אַנדענק פֿון דעם וואָס בני-ישראל האָבן באַקומען דורך משה רבינו די תּורה בייַם באַרג סיני, ווען די ייִדן (בני-ישראל אָדער עברים) האָבן זיך געפֿונען אין דעם מדבר באַפֿרייַטע פֿון עגיפּטישער קנעכטשאַפֿט.

 

     אָפּציילנדיק זיבן וואָכן פֿונעם טאָג ווען ס'ווערט געפֿייַערט דער טאָג פֿון באַקומען די תּורה, דורך וועלכער די ייִדן זייַנען געוואָרן אַ פֿאָלק מיט געעזעצן פֿון מענטשלעכקייט, מאָראַלישער אויפפֿֿירונג און גערעכטיִקייט. בייַם באַרג סיני האָט משה געגעבן די ייִדן די ערשטע צען געבאָט ( עשרת הדברות), און שפּעטער מיט דער צייַט זייַנען צוגעגעבן געוואָרן אַלערליי אַנדערע געזעצן.

 

     שבועות פֿאַלט אויס, זיבן וואָכן נאָך פּסח, אין זעקסטן טאָג פֿון חודש סיון. אין ארץ-ישראל איז געפֿייערט געוואָרן דער דאָזיקער יום-טובֿ בלויז אין טאָג און עס ווערט אויך איצט אַזוי אָנגעהאַלטן אין לאַנד ישראל, אָבער אין חוץ-לארץ, אין אַלע אַנדערע לענדער פֿון דער וועלט, ווערט געפֿייַערט צוויי טעג.

 

     דאָ האָבן מיר איצט האַרבסט, אָבער אין ארץ-ישראל איז עס אָנהייב זומער און די פרוכטן הייבן אָן צייַטיק ווערן. דעריבער ווערט אויך שבועות באַצייכנט אַלס ,,חג הביכורים" ( די פֿייַערונג פֿון די ערשטע צייַטיקע פֿרוכטן) און ,,חג הקציר" ( די פֿייַערונג פֿון שנייַדן די תּבֿואה) און נישט געקוקט דערויף וואָס אין די לענדער פֿון אַלע וועלטטיילן איז דער צושטאַנד פֿון די פֿעלדער און גערטנער פֿאַרשיידן, האָבן די ייִדן אומעטום און אין אַלע צייַטן דערמאָנט שבועות אַלס חג-הביכורים.

 

     די פֿייַערונג פֿון ערשטער צייַטקייט פֿון די פֿרוכטן, וואָס האָט דערמאַנט דאָס ייִדישע לעבן פֿון אַמאָל אויף אייגענער ערד, אין אארץ-ישראל, ווען די באַפֿעלקערונג פֿון גאַנצן לאַנד האָט געשיקט קיין ירושלים די ערשטע צייַטיקע פֿרוכטן. פֿון אַלע פּראָווינצן האָבן זיך געצויגן גאַנצע קאַראַוואַנעס מיט ביכורים-טרעגער און ס'איז אין ירושלים געפֿייַערט געוואָרן מיט גרויסע צערעמאָניעס דאָס איבערנעמען די ביכורים. דאָס איז געווען אַ דאַנק-אויסדרוק צו גאָט פֿאַרן גוטן גערעטעניש.

 

     די ייִדן אין דער גאַנצער וועלט האָבן אין צוויי טויזנט יאָר צעשפּרייטקייט צווישן די פֿעלקער דערמאָנט אין טאָג פֿון שבועות יענעם חג-ביכורים און בייַ דער ערשטער מעגלעכקייט, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ זאַמלונג פֿון ביכורים פֿאַר ארץ-ישראל, האָט מען מיטגעשטייַערט מיט געלט צו העלפֿן אויסלייזן דאָס לאַנד.

 

     אין די לעצט יאָרן איז עס געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז ייִדישע שול-קינדער זאָלן ברענגען זייערע ביכורים, און דאָס איבערגעבן די זאַמלונגען דערמאָנט אין יענע שיינע טעג פֿון די אַמאָליקע ביכורים-ברענגען אין ירושלים. דורך די דאָזיקע בייַשטייערונגען פֿילט זיך יעדער ייִד פֿאַרבונדן מיטן לאַנד ישראל ווו עס וווינט איצט אַ גרויסע טייל פֿון ייִדישן פֿאָלר ווידער אַ מאָל אויף אייגענער ערד און אין אייגענעם לאַנד.

 

     אין דערמאַנונג פֿונעם חג-קציר, די פֿייַערונג פֿון שניט-צייַט, פֿלעגן די ייִדן אין דער גאַנצער וועלט באַפּוצן ערב שבועות זייערע הייַזער מיט גראָזן און צווייַגן פֿון ביימער. ס'איז אויך אייַנגעפֿירט געוואָרן צו עסן לכבֿוד יום-טובֿ מילכיקע מאכלים וואָס דערמאָנען אין דאָרפֿישן לעבן און זאַטקייט פֿון דער לאַנדווירטשאַפֿט. 

 

     מען זאָגט לכבֿוד שבועות ספּציעלע תּפילות און ס'ווערט געלייענט די מגילה "רות" ווו עס ווערט געשילדערט אַן עפּזאָד פֿונעם לעבן אין ארץ-ישראל אין דער גאַנץ אַלטער צייַט.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409114

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©