דער קלעזמער און דער טויבער

 

[נפתלי גראָס : מעשהלעך און משלים, ז' 73 ]

 

אַמאָל איז געווען אַ קלעזמער, ער האָט געשפּילט אַזוי זיס און האַרציק, אַז מענטשן וואָס האָבן געהערט זייַן שפּילן,
זענען געוואָרן זייער פֿריילעך, און האָבן אָנגעהויבן אַזוי שטאַרק טאַנצן, אַז די נשמה האָט זיך ממש אויסגעלאָזט.

4   איינמאָל, בעת דער קלעזמער האָט געשפּילט און דער עולם האָט געטאַנצט, איז אַרייַנגעקומען אַ פֿרעמדער מענטש, אַ טויבער. ער האָט נעבעך נישט געקענט הערן דאָס זיסע שפּילן. ער האָט נאָר געזען ווי די מענטשן טאַנצן און שפּרינגען, און
ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס מיינט. ער האָט געטראַכט: נישט אַנדערש, נאָר די מענטשן זענען משוגע!

דער אמת איז אָבער, אַז ווען ער וואָלט געהערט דאָס זיסע שפּילן פֿון דעם קלעזמער, וואָלט ער אויך געטאַנצט
פֿון זיסקייט.

אַזוי איז אויך מיט די מענטשן, די וואָס הערן גאָטס קול אין איטלעכער זאַך, זענען אויפֿגעלייגט און פֿריילעך. נאָר
אַ סך זענען נעבעך טויב. זיי הערן נישט און זענען דעריבער כסדר טרויריק און באַטריבט, און קוקן נאָך מיט
שפּאָט אויף אַנדערע וואָס זענען אויפֿגעלייגט.

דאָס מעשהלע האָט ר' ישראל בעל-שם-טוב* אַמאָל דערציילט זייַנע נאָנטע, ווען ער האָט זיי געלערנט,
אַז אַ מענטש טאָר נישט זייַן כסדר טרויעריק און דערשלאָגן.

 _________

* http://www.daat.ac.il/encyclopedia/ ר' ישראל בע-שם-טוב


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409505

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©