דריי זיך, דריידעלע - חנה מלאָטעק
דריי זיך און דריי זיך
און דריי זיך שוין, דריידעלע
פֿריי זיך, דו יינגעלע,
פֿריי זיך, דו מיידעלע.
טאַנץ אין אַ רינגעלע,
טאַנץ אין אַ רעדעלע –
עס איז שוין חנוכּה דאָ!
איינס-צוויי-דרייַ, איינס-צוויי-דרייַ,
טאַנץ אין אַ רעדעלע.
איינס-צוויי-דרייַ, איינס-צוויי-דרייַ,
יינגעלע, מיידעלע.
איינס-צוויי-דרייַ, איינס-צוויי-דרייַ,
דריי זיך שוין, דריידעלע.
עס איז שוין חנוכּה דאָ!