יוגנט-הימען

 

ווערטער : ש. קאַטשערגינסקי

מוזיק : באָסיע רובין

 

 

אונדזער ליד איז פֿול מיט טרויער –

דרייַסט איז אונדזער מונטערגאַנג !

כאָטש דער שׂונא וואַכט בייַם טויער –

שטורעמט, יוגנט, מיט געזאַנג !

 

רעפֿרען :

יונג איז יעדער, יעדער, יעדער ווער

עס וויל נאָר

יאָרן האָבן קיין באַטייַט.

אַלטע קענען, קענען, קענען אויך זייַן קינדער

פֿון אַ נייַער, פֿרייַער צייַט.

 

ווער עס וואָגלט אום אויף וועגן –

ווער מיט דרייסקייט ס'שטעלט זייַן פֿוס,

ברענגט די יוגנט זיי אַנטקעגן

פֿון דער געטאָ אַ גערוס.

 

רעפֿרען :

יונג איז יעדער, יעדער, יעדער ווער

עס וויל נאָר

יאָרן האָבן קיין באַטייַט.

אַלטע קענען, קענען, קענען אויך זייַן קינדער

פֿון אַ נייַער, פֿרייַער צייַט.

 

מיר געדענקען אַלע שׂונאים

מיר דערמאָנען אַלע פֿרייַנד.

אייביק וועלן מיר פֿאַרבינדן

אונדזער נעכטן מיטן הייַנט.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407986

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©