אין אַן אָרעם שטיבעלע
ווערטער : משה קאָרמאַן [1884-1928] Moyshe Korman
מוזיק : מיכאל געלבאַרט [1889-1966] Michel Gelbart
אין אַן אָרעם שטיבעלע,
אָוונט-צייַט בייַם קוימען:
שפּינט אַ ליבע מוטער דאָרט
פֿאַר דעם קינד אירס טרוימען:
זינגט זי אים אַ לידעלע,
פּאַטשט ער מיט די הענטלעך,
זינגט דאָס גאַנצע שטיבעלע,
זינגען מיט די ווענטלעך:
רעפֿריין :
פּאַטשע, פּאַטשע, קיכעלעך,
אוצרל, מייַן שיינער:
טאַטע ט'קויפֿן שיכעלעך,
זונעלע, מייַן קליינער.
טאַטע ט'קויפֿן שיכעלעך,
מאַמע ט'שטריקן זעקלעך:
טאַטע ט'קויפֿן פֿערדעלעך –
מאַמע ט'אָנטאָן גלעקלעך.
אָט אַזוי אין שטיבעלע
הערשט אי גליק, אי פֿריידן,
זייַט בייַ זייַט מיט אָרעמקייט
וווינט דאָרט אַ גן-עדן.
גרעסער איז די ליבע דאָרט,
גרעסער איבער אַלעס:
שטאַרקער איז די ליבע דאָרט,
שטאַרקער פֿון דעם דלות.