ר' מאָטעניו

 

ווערטער : אהרון צייטלין [1889-1973 ] Aaron Zeitlin

מוזיק : שמואל בוגאטש [1898- 1984 ] Samuel Bugatch

 

 

זאָגט דער ר' מאָטעניו :

- אַ גוט-מאָרגן דיר, גאָטעניו !

נעם אַראָפּ פֿון אונדז דייַן כּעס,

וועט מען טאָן כּדין וכּדת.

 

רעפֿריין :

אוי, צדיקים, צדיקים גייען, באָם,

אוי, רשעים, רשעים פֿאַלן, באָם.

באָם, באָם, בירי-בירי-באָם,

בים-באָם, בים-באָם, בירי-בירי-באָם.

 

זאָגט דער רבי ר' מאָטעניו:

- אַ גוט-העלף דיר, גאָטעניו !

דער טאָג איז הייס, די מלחמה איז שווער,

נאָר מען לאָזט ניט אַרויס דאָס געווער.

 

רעפֿריין :

אוי, צדיקים, צדיקים גייען, באָם,

אוי, רשעים, רשעים פֿאַלן, באָם.

באָם, באָם, בירי-בירי-באָם,

בים-באָם, בים-באָם, בירי-בירי-באָם.

 

זאָגט דער רבי ר' מאָטעניו:

- אַ גוטן-אָוונט דיר, גאָטעניו !

דער טאָג איז אַוועק, איך האָב אַלץ געמאַכט,

גיב זשע מיר אַ גוטינקע נאַכט.

 

רעפֿריין :

אוי, צדיקים, צדיקים גייען, באָם,

אוי, רשעים, רשעים פֿאַלן, באָם.

באָם, באָם, בירי-בירי-באָם,

בים-באָם, בים-באָם, בירי-בירי-באָם.

 

 

Pearls of yiddish song, p 142


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409553

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©