לאָמיר זיך איבערבעטן

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

שטעל דעם סאַמאָוואַר :

לאָמיר זיך איבערבעטן,

זייַ זשע ניט קיין נאַר.

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

קויף מיר אַ פּאָר מאַראַנצן,

לאָמיר זיך איבערבעטן,

לאָמיר גיין טאַנצן.

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

וואָס שטייסטו בייַ דער טיר?

לאָמיר זיך איבערבעטן,

גיב אַ קוק אויף מיר.

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

שעם זיך, עטל-דבֿורה!

לאָמיר זיך איבערבעטן,

די צייַט איז אַן עבֿירה.

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

קויף אַ פּאָר פֿיסטאַשקעס,

לאָמיר זיך איבערבעטן,

שענק מיר דייַנע לאַסקעס.

 

לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן

גענוג שוין זייַן ווי גוייִם,

לאָמיר זיך איבערבעטן,

לאָמיר שרייַבן תּנאים.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409466

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©