די סאַפּאָזשקעלעך
פֿאַרקויפֿן די סאַפּאָזשקעלעך
און פֿאָרן אויף די דראָשקעלעך,
אַבי מיט דיר אין איינעם צו זייַן.
אוי, איך אָן דיר און דו אָן מיר
ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿייגעלע מייַן.
אוי, פֿאָרן אויף די וואָקאַלעכלעך
און פֿאַרקויפֿן פֿרעמדע שאַלעכלעך,
אַבי מיט דיר אין איינעם צו זייַן.
אוי, איך אָן דיר און דו אָן מיר
ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿייגעלע מייַן.
אוי, עסן אָן אַ טישעלע,
און שלאָפֿן אָן אַ קישעלע,
אַבי מיט דיר אין איינעם צו זייַן.
אוי, איך אָן דיר און דו אָן מיר
ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿייגעלע מייַן.
אוי, שלאָפֿן אויף די וואָקאַלעכלעך
און וואַשן פֿרעמדע פּאָלעכלעך....
אַבי מיט דיר אין איינעם צו זייַן.
אוי, איך אָן דיר און דו אָן מיר
ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר,
קעצעלע, פֿייגעלע מייַן.