"גוט־יום־טובֿ, גוט־יאָר"

פֿון צ. ה. רובינשטיין


* פֿונעם בוך "גוט־יום־טובֿ, גוט־יאָר", נ״י, 1937

 

איך דאַרף אַ סוכּה

אַז דו וועסט זײַן אַ גוט ייִנגעלע,

וועסטו עסן אין סוכּה...

אַ סך ייִדן עסן ניט אין סוכּה, דאָס איז אַ שאָד.

די צרה מיט אונדזערע ייִדן איז, וואָס זיי ווילן ליבערשט עסן אין אַ פֿײַנעם, וואַרעמען "דײַנינג־רום", איידער אין אַ סוכּה. זיי ווילן ניט זיצן און עסן אין זייערע אָווערקאָוטס [מענטל], און זיי האָבן בטבֿע פֿײַנט קאַלטע זופּ...

און דערפֿאַר איז אונטערגעגאַנגען אַ מעגלעכקייט פֿאַר אַ גרויסער סוכּה־אינדוסטריע, וואָס וואָלט געקענט דערפֿירט ווערן זייער ווײַט, אויב מען זאָל נאָר לאָזן...

אויב אַמעריקע לײַדט פֿון אַ "ריעל־עסטייט"־קריזיס און אַרבעטסלאָזיקייט, איז עס נאָר דערפֿאַר, ווײַל עס פֿעלט איר דער סוכּה־חוש, אויב מען קען זיך אַזוי אויסדריקן. אַמעריקע בויט צו גרויסע און צו שטאַרקע הײַזער, זי באַזאָרגט זיך אויף דור־דורות און שאַפֿט דורך דעם ניט נאָר אַ קריזיס פֿאַר דער איצטיקער צײַט, נאָר זי באַזאָרגט אויך מיט אַ קריזיס אירע קינדער און אייניקלעך.

אַלץ מאַכט מען צו גוט אין אַמעריקע, מען באַזאָרגט די אייביקייט און מען נעמט אַוועק די מעגלעכקייט פֿון מענטשן צו בויען און איבערבויען, צו שאַפֿן און איבערשאַפֿן.

עס פֿעלט דער סוכּה־חוש.

די סוכּה איז אַ דירת־ארעי, דאָס הייסט אַ צײַטווײַליקע דירה, וואָס דאָס איז אַ סך בעסער ווי אַ דירת־קבֿע, אַ שטענדיקע דירה. ווען מיר זאָלן אַלע לעבן אין צײַטווײַליקע דירות, וואָס הײַנט בויט מען זיי און מאָרגן צעוואַרפֿט מען זיי, וואָלט קיין מאָל קיין קריזיס ניט געווען, מענטשן וואָלטן שטענדיק געאַרבעט און "ריעל־עסטייט" וואָלט געבליט.

אָט זעט אַליין, וואָס פֿאַר אַ ניט־קלוגע לײַט מיר זײַנען: אונדזער אייגן לעבן הענגט אָפּ זייער אָפֿט פֿון אַ נאַרישער פֿאַרקילונג אָדער פֿון אַן אײַנגעשטאָכענעם פֿינגער. נעמט דאָס דאָזיקע נישטיקע לעבן און בויט אויף פֿאַר זיך אַן "עמפּײַער סטייט־בילדינג", אַ "קרײַזלער־בילדינג" און נאָך אַנדערע ענלעכע בנינים, וואָס האָבן, לויט זייער פֿאַרנעם, אַן אייביקע צוקונפֿט און קענען ממש דערלעבן משיחן...

איך וויל אַ סוכּה אַנשטאָט אַ טענעמענט־הויז. איך וויל בויען און צעוואַרפֿן — מיר געפֿעלט די שפּיל!

 

דער רעוואָלט פֿון די אושפּיזין

די אושפּיזין האָבן זיך געבונטעוועט.

ווער די אושפּיזין זײַנען ווייסט איר דאָך. זיי זײַנען די זיבן געהויבענע געסט וואָס קומען יעדן יאָר אויף באַזוך צו אײַך אין סוכּה. אַזוי שנעל ווי איר קלאַפּט נאָר אַרײַן די פֿיר פֿלעקלעך פֿאַר דער סוכּה, הייבן די זיבן אושפּיזין זיך גרייטן צו קומען צו אײַך און באַשיינען אײַער יום־טובֿ. דער זיידע אַבֿרהם — דער עלטסטער פֿון די אושפּיזין — רופֿט געוויינטלעך צונויף זײַנע אבֿרדיקע זעקס קאָלעגעס: יצחקן, יעקבֿן, יוספֿן, משהן, אַהרנען און דודן, און מען האַלט אָפּ אַ שטיקל קאָנפֿערענץ וועגן דעם געפּלאַנטן באַזוך אין דער סוכּה. געוויינטלעך איז דאָס זייער אַ פֿאָרמעלע קאָנפֿערענץ, אָט למשל, ווי אַ מיטינג פֿון דער "באָרד אָוו דירעקטאָרס" [פֿאַרוואַלטונג] פֿון אַ גרויסער באַנק. מען קומט זיך צונויף אַ רגע, דער סעקרעטאַר לייגט פֿאָר אַ קורצן באַריכט און מען מאַכט אַ פֿאָרשלאָג צו שליסן דעם מיטינג — געוויינטלעכע רוטינע און ניט מער.

הײַנטיקן יאָר איז אָבער געווען אַן אויסנאַם אין דעם פּרט. באַלד, מוצאי־יום־כּיפּור, ווען איר האָט נאָר וואָס אַרײַנגעשלאָגן דעם ערשטן פֿלעקל פֿאַר דער סוכּה, האָט דער זיידע אַבֿרהם דורך אַ מעסענדזשער [שליח] פֿאַררופֿן די אושפּיזין־קאָנפֿערענץ און געלאָזט וויסן, אַז עס איז אַ "ספּעשל"־מיטינג.

דער זיידע אַבֿרהם, ווי דער טשערמאַן (פֿאָרזיצער), האָט זיך דערוווּסט פֿון זיכערע קוואַלן, אַז איינער פֿון די אושפּיזין בונטעוועט זיך און, אַז ער וויל מאַכן "טראָבל". עס האָט זיך אַפֿילו אַרומגעטראָגן אַ קלאַנג, אַז אַלע אושפּיזין גרייטן זיך צו אַ סטרײַק. דער טשערמאַן אַבֿרהם איז אָבער איינער פֿון די פֿאָרזיכטיקסטע אושפּיזין וואָס איר האָט אויף אײַער לעבן געזען און דערפֿאַר האָט ער געזוכט צו פֿאַרהיטן אַן אומגליק אין צײַט.

אין דער נאַכט פֿון מוצאי־יום־כּיפּור איז טאַקע באַלד פֿאָרגעקומען די אושפּיזין־קאָנפֿערענץ. אַהרן, דער סעקרעטאַר, האָט פֿאָרגעלייגט דעם באַריכט פֿון לעצטן מיטינג און דער באַריכט איז גוטגעהייסן געוואָרן איינשטימיק.

— וויל עמעצער אַ וואָרט? — האָט אַבֿרהם געפֿרעגט גלאַט אַזוי פֿאַר פֿאָרמאַליטעט וועגן.

און יעקבֿ האָט אויפֿגעהויבן אַ פֿליגל און זיך געמאָלדן צום וואָרט.

— יעקבֿ האָט דאָס וואָרט! — האָט דער טשערמאַן געזאָגט.

און יעקבֿ האָט זיך טאַקע באַלד אויפֿגעשטעלט, אַ גלעט געטאָן זײַן לאַנגע, ווײַסע באָרד און אָנגעהויבן צו ריידן:

— ווירדיקער טשערמאַן און געערטע קאָלעגעס־אושפּיזין! איר האָט נאָר וואָס געהערט דעם באַריכט פֿון לעצטן יאָר, וועלכן קאָלעגע אַהרן האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַר אײַך. אין דעם באַריכט ווערט דערציילט, אַז מיר אַלע האָבן לעצטן יאָר זיך אַראָפּגעלאָזט אויף דער ערד און באַזוכט יעדע סוכּה וואָס ייִדן האָבן אויפֿגעשטעלט. מיר זײַנען אַלע געקומען צו ייִדן ווי שליחים פֿון שלום און "גוד־וויל" [מיט אַ גוטן ווילן], און מיר האָבן געהאָפֿט, אַז מיט אונדזער באַזוך וועלן מיר ניט נאָר פֿאַרהיטן מלחמות, נאָר מיר וועלן באַפֿעסטיקן דעם שלום פֿאַר אַלע אייביקייטן. שוין טויזנטער יאָרן, קאָלעגעס־אושפּיזין, אַז מיר גייען אין סוכּה און מיר שטעלן זיך ניט אָפּ פֿאַר ווינט און רעגן; שוין טויזנטער יאָרן, אַז מיר מאַכן פֿון דער סוכּה אַ צימעס, און מיר מיינען, אַז מיר טוען אויף וווּנדער פֿאַר די ייִדן בפֿרט, און פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט בכלל. לאָמיר זיך אָבער ניט נאַרן, קאָלעגעס־אושפּיזין! מיר האָבן אין די אַלע טויזנטער יאָרן גאָרנישט אויפֿגעטאָן. אונדזער שליחות פֿון שלום איז קיין באָבקע ניט ווערט. און נאָך מער! איך טראַכט, אַז מיר זײַנען אין גאַנצן ניט קיין געוווּנטשענע געסט און אַז די "סוכּת־שלום" איז אין אַ גרעסערער געפֿאַר מיט אונדז, איידער אָן אונדז. וואָס מער אונדזערע קינדער, די ייִדן, פּריידיקן שלום, אַלץ מער רײַסט זיך די וועלט אַרויס צו מלחמה; אַלץ מער ווערן אונדזערע קינדער, די ייִדן, געפּײַניקט, און דערפֿאַר מאַך איך אַ פֿאָרשלאָג, אַז מיר זאָלן הײַנטיקן יאָר זיצן אין דער היים און ניט גיין אין סוכּה. אַ שאָד צו פֿאַרנעצן די פֿליגלען אין אַ רעגן.

אַזוי שנעל ווי יעקבֿ האָט געענדיקט האָט זיך אָנגעהויבן דער אמתער טומל. יצחקס פּנים איז בלאַס געוואָרן ווי קאַלך; משה האָט אָנגעהויבן צו שרײַען, אָבער ער האָט זיך פֿאַרהאַקט אין מיטן, ווײַל ער איז, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, אַ כּבֿד־פּה ביז אויפֿן הײַנטיקן טאָג; אַהרן האָט געקלאַפּט מיט דער פֿויסט אויף אַ וואָלקן; יוסף האָט געשפּאַנט אַרויף און אַראָפּ און געמאַכט מיט די פֿליגלען, און דודן, וועלכער האָט געסטראָיעט זײַן פֿידל, האָט עס אַ שלײַדער געטאָן אויפֿן דריטן הימל אַראָפּ (די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אויפֿן זיבעטן הימל).

בלויז דער טשערמאַן אַבֿרהם האָט זיך געהאַלטן געלאַסן און סטאַטעטשנע. די מעשׂה האָט אים אַפֿילו שטאַרק פֿאַרדראָסן, אָבער ער האָט אײַנגעהאַלטן זײַן כּעס, און ווען דער טומל האָט זיך אַ ביסל אײַנגעשטילט, האָט ער ווײַטער אָנגעהויבן פֿירן דעם מיטינג.

— וויל נאָך עמעצער דאָס וואָרט? — האָט אַבֿרהם אַ פֿרעג געטאָן.

אַלע האָבן אויפֿגעהויבן די פֿליגלען־הענט, אָבער אַבֿרהם האָט געגעבן דאָס וואָרט צו דעם עלטסטן פֿון זיי: יצחקן.

יצחקס רעדע איז געווען אַ קורצע, אָבער אַ שאַרפֿע. ער האָט זיך אויסגעדריקט, אַז פֿון זײַן זון יעקבֿן האָט ער אַזעלכע ווערטער ניט דערוואַרט. ער האָט אָנגעוויזן, אַז דער הימל איז אַ קאָנסערוואַטיווע אינסטיטוציע און אַז מען וועט צו קיין רעוואָלוציעס ניט דערלאָזן. און געענדיקט זײַנע רייד האָט יצחק אַזוי:

— איך מאַך אַ פֿאָרשלאָג, אַז מען זאָל אויסמעקן פֿון רעקאָרד אַלע ווערטער וואָס מײַן ווידערשפּעניקער זון יעקבֿ האָט געהאַלטן און אַז מען זאָל גיין אין סוכּה ווי אַלע יאָר און מיט נאָך מער כּוונה פֿאַרשפּרייטן און באַאײַנפֿלוסן דעם געדאַנק פֿון שלום בײַ ייִדן. דער שלום אויף דער וועלט, — האָט יצחק פֿאַרענדיקט, — מוז קומען דורך די ייִדן, און ווי שוואַך דער בנין פֿון דער סוכּה זאָל ניט זײַן, וועט אָבער די וועלט סוף־כּל־סוף אײַנזען, אַז ייִדן זײַנען די אָנזאָגער פֿון פֿרידן און, אַז דורך די ייִדן וועט קומען די אויסלייזונג פֿאַר דער מענטשהייט.

— איך שטיץ דעם פֿאָרשלאָג! — האָט יוסף אויסגעשריִען.

— זאָל מען עס נעמען צו אָפּשטימונג! — האָט דוד געפֿאָדערט.

אָבער דער געלאַסענער אַבֿרהם, דער טשערמאַן פֿון דער דזשוינט־אושפּיזין־קאָרפּאָריישאָן, האָט זיך ניט געאײַלט. ער האָט געוואָלט דערגיין פֿאַרוואָס יעקבֿ איז פּלוצעם אַרויסגעטראָטן מיט אַזאַ רעוואָלוציאָנערער רעדע, און ער האָט בײַ אים געפֿרעגט צי וויל ער מאַכן אַן אײַנווענדונג צו דעם לעצטן פֿאָרשלאָג פֿון זײַן פֿאָטער יצחק.

— אַוודאי וויל איך מאַכן אַן אײַנווענדונג! — האָט יעקבֿ זיך אָפּגערופֿן.

— דו האָסט דאָס וואָרט! — האָט אַבֿרהם געזאָגט.

און יעקבֿ איז ווידער געשטאַנען מיט אויפֿגעהויבענע פֿליגלען און האָט אַדרעסירט די קאָנפֿערענץ:

    איך באַשטיי אויף מײַן פֿאָדערונג, אַז די אושפּיזין זאָלן הײַנטיקס יאָר ניט באַזוכן די סוכּה. איך וויל כאָטש איין מאָל האָבן אַן אָפּוועקסלונג אין דער פּראָצעדור. דער הימל קאָן ניט פֿאַר אַלע אייביקייטן אָנהאַלטן די אַלטע סיסטעם. די וועלט בויט זיך פֿון שעה צו שעה, און מיר, דאָ אין הימל, לעבן מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק. איך וויל ניט גיין אין סוכּה! איך וויל זיך ניט מאַכן צום נאַר. די ייִדן וואָס גייען אין סוכּה זײַנען אַ מינאָרעט. דאָס איז צו באַדויערן, אָבער אַזוי איז עס. מען דאַרף און מען מוז נעמען אין אַכט די איבעריקע ייִדן וואָס זיצן ניט אין סוכּה. זיי זײַנען אויך מײַנע קינדער. ניין, איך וויל ניט זײַן קיין רעוואָלוציאָנער, אָבער איך וויל גיין מיט דער צײַט!

     

צייכענונג: שאול ראַסקין

 

און איידער יעקבֿ האָט זיך אַוועקגעזעצט האָט ער מאָדיפֿיצירט זײַן ערשטן פֿאָרשלאָג און אַזוי געזאָגט:

— אויב איר ווילט, קאָלעגעס־אושפּיזין, אַז מען זאָל דווקא יאָ באַזוכן די סוכּה הײַנטיקס יאָר, קאָנט איר עס טאָן געזונטערהייט. איך אַליין וועל ניט גיין. איך וועל מיט אײַך שיקן אַ שטעלפֿאַרטרעטער.

— וועמען וועסטו שיקן? — האָט אַבֿרהם געפֿרעגט.

— איך וועל שיקן מײַן ברודער עשׂון! — האָט יעקבֿ געענטפֿערט.

— עשׂון אין סוכּה?! — האָבן אַלע אויסגעשריִען מיט כּעס.

— יאָ, יאָ, עשׂון וועל איך שיקן. ווען עשׂו וועט פֿאַרשטיין דעם טיפֿן געדאַנק פֿון "סוכּת־שלום", וועט זײַן שלום אויף דער וועלט!

אַזוי האָט יעקבֿ געענדיקט און די אושפּיזין־קאָנפֿערענץ האָט זיך געשלאָסן.

און וואָס, מיינט איר, איז געווען דער סוף? יעקבֿ האָט זיך געלאָזט איבערריידן און ער איז יאָ געגאַנגען אין סוכּה. ער האָט זיך אַפֿילו געווענדט צו זײַן ברודער עשׂון, אַז ער זאָל זײַן זײַן טעלפֿאַרטרעטער, אָבער עשׂו האָט זיך אָפּגעזאָגט.

— איך ניט וויל סוכּה, איך ניט וויל שלום, איך ניט ווייס וואָס דו רעדסט, — האָט עשׂו געענטפֿערט.

און יעקבֿ האָט אײַנגעזען, אַז מיט עשׂון איז אַ שווערער און ביטערער עסק: ער קאָן ניט פֿאַרשטיין, ער קאָן ניט באַגרײַפֿן...


 

הושענא־רבה — די לעצטע טרעוואָגע

דער הושענא־רבהדיקער טאַראַראַם איז אין פֿולן גאַנג. די לעצטע תּפֿילות שאַרן זיך אין "באָנטשעס" [בינטלעך] צום רבונו־של־עולם אין הימל אַרײַן, און כאָטש אַלץ איז שוין פֿאַרזיגלט און עס האַנדלט זיך בלויז וועגן אַ קוויטל, האָבן פֿון דעסטוועגן ייִדן אַ טבֿע צו מאַכן דעם לעצטן געשריי: "הושענא, טאַטע זיסער, הושענא!"

איר קאָנט זיך שוין אַליין פֿאָרשטעלן, ווי פֿאַרנומען עס איז דאָרט אין הימל הושענא־רבה. אַזוי פֿיל ייִדן, קיין עין־הרע, און פֿאַר יעדן ייִדן דאַרף מען אַ קוויטל! אַ גוט קוויטל אָדער ח"ו פֿאַרקערט, אָבער אַ קוויטל מוז זײַן. יעדער ייִד, וואָס איז רעגיסטרירט אין די הימלען, מוז קריגן זײַן בילעט יעדן הושענא־רבה, ווײַל טאָמער קריגט ער ניט דעם בילעט, איז ער אַ פֿאַרלוירענער מענטש פֿון ביידע וועלטן.

ווי מען גיט אונדז איבער פֿון זיכערע קוואַלן, האָט זיך שוין ניט איין מאָל געטראָפֿן, אַז מען האָט פֿאַרגעסן אַ ייִדן צו געבן זײַן קוויטל — נו, פֿרעגט שוין ניט, וואָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין אַזעלכע פֿאַלן! דער גאַנצער הימל איז געגאַנגען כאָדאָראָם. די הימלישע בוכהאַלטערס האָבן אָנגעהויבן נאָכצוזוכן, נאָכצופֿאָרשן, ביז זיי האָבן אַנטדעקט דעם טעות — ווײַל צוליב אַן איין־און־איינציקן קוויטל האָבן זיי ניט געקאָנט באַלאַנסירן דעם בודזשעט פֿון די ייִדן, און דער אייבערשטער איז זייער און זייער ברוגז פֿאַר אַזעלכע זאַכן.

חוץ די אַלע זאַכן, איז עס גלאַט אַ רחמנות אויף אַ ייִדן, וואָס דרייט זיך אַרום אויף דער וועלט אָן אַ קוויטל. איר קאָנט אַזאַ ייִדן תּיכּף דערקענען: ער איז ניט אַהין און ניט אַהער, ניט קראַנק און ניט געזונט, ניט זאַט און ניט הונגעריק, ניט טויט און ניט לעבעדיק. אַ ייִד אָן אַ קוויטל איז ווי אַן אויטאָמאָביל אָן אַ מאָטאָר, אָדער אַ זייגערל אָן די רעדלעך. עפּעס דאַכט זיך אײַך, אַז עס זעט יאָ אויס ווי אַן אויטאָמאָביל, אָבער עס פֿאָרט ניט. אויפֿן ערשטן בליק איז עס, דאַכט זיך, יאָ אַ זייגערל, אָבער גיין, גייט עס ניט... און דערפֿאַר באַפֿאַלט מיך שטענדיק אַ פּחד, ווען איך דערזע אַ ייִדן, וואָס קאָן זיך אַליין ניט געפֿינען. ניט ער שילט און ניט ער בענטשט, ניט ער איז פֿרום און ניט ער איז אַן אַפּיקורס, ניט ער זאָגט יאָ און ניט ער זאָגט ניין — פֿון אַזעלכע ייִדן אַנטלויף איך, ווײַל איך ווייס, אַז דאָס זײַנען ייִדן אָן וועלכע מען האָט אין הימל פֿאַרגעסן.

און צוליב דעם, שיק איך טאַקע אַ תּפֿילה צו דעם, וואָס זיצט אויבן, און איך בעט זיך בײַ אים: "פֿאַרגעס מיך ניט אין דעם דאָזיקן הושענא־רבהדיקן טאָג! אַ קוויטל! אַהער אָדער אַהין, אַבי אַ קוויטל..."

פֿאַרשטייט זיך, עס איז שוין בעסער אַ קוויטל אַהער איידער אַהין... וואָס שאַט עס דיר, גאָטעניו, אַז אַהער?..

אַ דאַנק דיר, רבונו־של־עולם.

* פֿונעם בוך "גוט־יום־טובֿ, גוט־יאָר", נ״י, 1937

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407917

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©