ווער שטאַרבט ?
אַ יִיד האָט געהאַלטן בייַם שטאַרבן. האָט ער גערופֿן זייַן פֿרוי און זייַנע קינדער. ווען אַלע האָבן זיך
געשטעלט אַרום זייַן בעט, האָט ער געזאָגט:
,,קינדער, איך גיי שוין פֿון אייַך אַוועק, וויל איך, איר זאָלט וויסן, אַז אַלע מייַנע ביכער לאָז איך מייַן עלטסטן זון, חיימען".
,,צו וואָס דאַרף חיים דייַנע ביכער?" רייַסט אים איבער זייַן פֿרוי. ,,בעעעסער לאָז זיי פֿאַר משהן".
,,פֿאַר משהן לאָז איך איבער ביידע גאַרניטערס און מייַן נייַ רעקל".
,,די קלידער וואָלטסטו געדאַרפֿט לאָזן חיימען", זאָגט ווידער די פֿרוי.
,,מייַן זילבער", זאָגט ווייַטער דער ייִד, ,,לאָז איך איבער פֿאַר מייַן ייִנגערער טאָכטער חנהן".
,,דאָס זילבער וואָלט גאָר בעסער געווען פֿאַר אסתּרן", רייַסט אים איבער ווידער די פֿרוי.
מיט די לעצטע כּוחות הייבט זיך דער ייִד אויף פֿון בעט און פֿרעגט:
,,וואָס איז, שרה? ווער שטאַרבט דאָ, דו אָדער איך?"