צו דער סעודה - שלום עליכם

 

אַז ס'איז געקומען דער גוטער, דער ליבער פּ ו ר י ם, האָב איך פֿון גאַנץ פֿרי אָן שוין אַרויסגעקוקט אויף דער חברה פּורים שפּילערס, וואָס גייען פֿון שטוב צו שטוב און אַ גאַנצע כאַליאַסטרע יינגלעך לויפֿן זיי באָך פֿון הינטן מיט באָרוועסע פֿיס אויפֿן שניי.

 

5   פֿאַרוואָס קאָן איך נישט זייַן אין דער כאַליאַסטרע ? ניין ! איך טאָר נישט, וואָרעם איך בין אַ נ ג י ד ס אַ יינגל און דעם זיידן רב מ א י ר ס אַן איינקל, באַדאַרף איך ליגן ווי אַ הונט אַ גאַנצן טאָג אין שטוב און גיין מיט אַלע גרויסע צום זיידן רב מ א י ר צו דער סעודה.

 

9   אַ גרויסער זאַל מיט אַ גרויסן  זילבערנעם הענג-לייַכטער, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע. אַ גרויסע, שווערע, זילבערנע מנורה אויפֿן טיש מיט אַ סך זילבערנע לייַכטער, וואָס די באָבע נחמה נעמט זיי אַרויס צו דער
ס ע ו ד ה,  און עס ווערט ליכטיק אין אַלע ווינקעלעך.

 

12 אויבן-אָן, אויף אַ גרויסן שטול, מיט גרינס באַצויגן, זיצט דער זיידע
 ר ב  מ א י ר אַליין – אַ קליין יידל, מיט אַ שיטער בערדל, מיט אַ ביסל אַן אויסגעבויגענער נאָז, מיט זילבערנע האָר און מיט שוואַרצע יונגע אויגן. אָנגעטאָן גייט ער אין אַ לאַנגער זייַדענער קאַפּאָטע מיט אַ געפֿלאָכטענעם גאַרטל און מיט אַ שטריימל אויפֿן קאָפּ. אַנטקעגן אים אויפֿן טיש ליגט אַ גרויסער, אַ  מ ו ר א ד י ק ע ר, אַ געפֿלאָכטענער פּ
 ו ר י ם – קויליטש, אַן אָנגעהויבענער שוין, מיט זאַפֿראַן פֿאַרגעלט און מיט ראָזשינקעס אַרומגעשטעקט.

20 פּונקט אין מיטן זיצט בי באָבע נ ח מ ה, אַ הויכע יידענע, נאָך גאָר אַ שיינע, אויסגעפּוצט אין אַ גאָלדפֿאַרביק  קלייד, מיט ווייַסע עפּל, מיט אַ שטערנטיכל פֿון דימענטן מיט בריליאַנטן, מיט רייַכע פּערל אויפֿן האַלדז, מיט אוירינגלעך מיט פֿינגערלעך. לעבן איר שטייט אַ גרויסער פ7אַלומעסיק מיט הייסע, שמעקנדיקע, געצוקערטע און געפֿעפֿערטע פֿיש, פֿאַרפּאַוועט מיט ציבעלעס, מיט ראָזשינקעס און מיט אַלערליי געווירצן. די באָבע טיילט אויס די פֿיש, די שיינע זייַדענע פּאַטשיילע פֿאַרקאַטשעט אונטער די אויערן מיט צוויי שפּיצן. די דימענטן מיט בריליאַנטן ב ש ע ת  מ ע ש ה פֿינקלען און שעמערירן, און דאָס פּ נ י ם  שייַנט און שמייכלט.


 

 

29  אַרום און אַרום טיש פֿון ביידע זייַטן זיצן די פֿעטערס מיט די מומעס, אַלע מיט זייערע קינדער, יינגלעך און מיידלעך. צונויפֿגעקליבן זיך אַלע צו דער
ס ע ו ד ה, זעצט דער זיידע אַליין אויס דעם גאַנצן טיש. ער מיט אַ  ס ד ר  -

עס קומט אויס גוט: אַ פֿעטער זיצט לעבן אַ פֿעטער, אַ מומע לעבן אַ מומען, און אונדז קליינוואַרג זעצט מען אויס אַזוי, אַז ס'זאָל אויסקומען נישט אַ ברודער מיט אַ ברודער און אַ שוועסטער מיט אַ שוועסטער, מ ח מ ת אייגענע קענען נישט הויזן. נאָר מיך האָט מען אַנידערגעזעצט מין מייַן
 מ ל א ך  - ה מ וו ת, דעם ר ב י ן  ר ב איצין. דער ר ב י  רב איצי איז בייַ מיר נישט נאָר אַ מלמד, נאָר אויך אַ מדריך, וועגווייַזער צו לערנען מיך 
ד ר ך – א ר ץ, ווי אַזוי צו זיצן בייַם טיש און ווי אַזוי צו עסן.

 

39 – ווען דו זיצסט בייַם טיש – אַזוי האָט מיך געלערנט רב איצי – זאָלסטו זיצן ווי אַ מענטש. דו זאָלסט קוקן גלייַך און די הענט זאָלסטו האַלטן אונטערן טיש, און נישט ריידן בייַם עסן. און אַז דו עסט לאָקשן מיט יויך, זאָלסטו אָננעמען מיטן לעפֿל פּונקט אַזוי פֿיל לאָקשן, וויפֿל יויך: אַ זופּ יויך אַוועקגעלייגט דעם לעפֿל און אָפּגעווישט די ליפּן: און ווידער אַ זופּ יויך און ווידער אַוועקגעלייגט דעם לעפֿל און אָפּגעווישט די ליפּן, נישט כאַפּן איין לעפֿל נאָכן אַנדערן.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409468

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©