אלחנן אינדלמאַן: "פּורים-ליד"
אַלע שטיבּער זייַנען אָפֿן.
קליינע קינדער וואַרטן, האָפֿן
אַז די פּורים-שפילערס וועלן
קומען שפּילן בּייַ די שוועלן ;
און דיי וועלן שפּילן, זינגען,
טאַנצן פֿריילעך, פֿריילעך שפּרינגען.
קליינע קינדער וואַרטן, האָפֿן –
האָט עס טאַקע בּאַלד געטראָפֿן.
פלוצעם הערט זיך אַזאַ לויפֿן
איבּער גאַסן, איבּער הויפֿן.
טיר און טויער זייַנען אָפֿן,
פּורים-שפּילערס אָנגעלאָפֿן!
מאַסקעס רויטע, בּלויע, ווייַסע,
מיט אַ שפּיל און מיט אַ מעשה.
ס'איז אַ מעשה גאָרניט פֿריילעך,
מיט אַ גרויסען נאַר אַ מלך
און זייַן הויפּט, דעם רשע המן –
אַלע האָבּן פֿייַנט זייַן נאָמען.
קליינע קינדער וואַרטן, האָפֿן
אַז דער סוף וועט זייַן ניט בּיטער –
האָט עס טאַקע בּאַלד געטראָפֿן
ווייַל ס'איז גאָט דאָך אונדזער היטער.
בּאַלד פֿאַלט המן, ס'פֿאַלט דער רשע,
און דער סוף איז גאָר נישקשה :
אַלע זייַנען מיר צופֿרידן,
ס'איז אַ יום-טובֿ הייַנט בּייַ ייִדן.